top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר באזוכט ביי פארוואונדעטע אין תל השומר שפיטאל

דינסטאג פ' תולדות • א' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


מרן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר איז נעכטן אנגעקומען צום תל השומר שפיטאל און האט באזוכט ביי עטליכע פון די פארוואונדעטע פון די שוידערליכע פאגראמען בעצם יום שמחת תורה, ווי אויך האט דער ראש ישיבה געדאווענט מנחה צוזאמען מיט זיי אין איינע פון די אפטיילונגען אין שפיטאל.


דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט דערציילט ביי זיין באזוך אין אמעריקא, אז א געוויסע גבאי פון כרם שלום האט אים געבעטן צו קומען באזוכן אין שפיטאל. היינט איז טאקע דער ראש ישיבה אנגעקומען אויף ביקור חולים ביי יענעם גבאי. ווען די ארטיגע פארוואונדערטע חולים האבן זיך דערוואוסט אז דער ראש ישיבה איז דא, האבן זיי אויך געבעטן אז דער ראש ישיבה זאל זיי אויך קומען באזוכן און אזוי איז דער ראש ישיבה אריבער פון שטוב צו שטוב און מחזק געווען די פאראוונדערטע א לענגערע צייט בדברי חיזוק ועידוד.








bottom of page