דאנערשטאג פ' בשלח • ט"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
חסידי וויז'ניץ זענען נאך אונטערן רושם נאכן געהויבענע מעמד לקראת י"ב שבט וואס ווערט אפגעצייכענט יאהר יערליך אלס ראש השנה לחסידות אין א זמן קהילה לכל פאר וויזניצער חסידים זקנים עם נערים.
שוין דורכאויס שבת האט דער ויזניצער רבי אפגעראכטן די טישן לכבוד די שבתא דריגלא, און מוצאי שבת איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה, קאמבאנירט מיט די סעודתא דדוד מלכא משיחא, אינעם גרויסן וואלי זאל אין כפר סבא, וואס איז געווען צוגעשטעלט אויף א רייכע און ברייטע פארנעם.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א שיינע פרעזענטאציע אויף די קורות ימי החסידות בחצר הקודש ויזניץ, און א היימישע כאר פון וויזניצער אינגעלייט האבן מהנה געווען בשירה וזמרה א לענגערע צייט.
נאנט צו חצות הלילה האט מען מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה, און מען האט געזינגען די נייע פארפאסטע ניגון לכבוד די מעמד, אויף די ווערטער ראו עתה כי אני אני הוא ואין אלקים עמדי, הרב הגאון ר' מאיר יעקב גרינפעלד האט אויפגעטרעטן אלס יושב ראש, און דערנאך איז פארגעקומען א רייכע פאנעל ווען א ראש חברה האט זיך אראפגעזעצט מיט עטליכע בני החבורה אין במעמד כל הקהל דורכגעטון עניני חסידות וואס מען האט מקבל געוועהן פון די פריערדיגע רבי'ס אין יבלחט''א ביים רבי'ן שליט''א.
צום הויכפונקט פונעם מעמד האט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכל העם הנאספים, וואו דער רבי האט ארומגערעדט אין מחזק געוועהן די שיטה הקדושה, און אדרעסירט די תכלית האדם בעולמו, צו מבטל זיין די ענין היש, ביים סוף האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר קהל חסידיו תושבי אנטווערפן, זאגענדיג אז אפילו מען גייט דורך א שווערע תקופה דארף מען זיך האלטן שטארק.
די זכות ברכת המזון איז פארקויפט געווארן פאר די אסטראנאמישע סומע פון צוואנציג טויזענט שקל, און איז געקויפט געווארן דורך הרב החסיד ר' יונה אבערמאן פון לאנדאן. נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף א פייערליכע פארנעם, און אין די פארטאגס שעה'ן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
צומארגענס מאנטאג י"ב שבט איז כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט''א אריינגעקומען אויף תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק, וואו דער גאנצער עולם איז געקומען אנגעטון מיט בגדי שבת, און נאכן דאווענען האט נאכגעפאלגט לעבעדיגע ריקודין לכבוד היום.
Comments