גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו: מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע הסתלקות פון הגה"צ ר' אהרן קאהן זצ"ל אב"ד דברי אמונה-מאנסי אין עלטער פון 69 יאר.
דער רב זצ"ל איז געווען דער לאנג-יעריגע מרביץ תורה אין די ישיבה גדולה תורה ויראה אין קרית יואל און איז געווען באוואוסט מיט זיינע ווארימע דרשות לעורר לבבות ישראל לאביהם שבשמים. דער רב זצ"ל איז געווען בנו יקירו פון הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל און איידעם פון הגה"צ ר' שמואל חיים ראובן וואגשאל זצ"ל אב"ד לאנצהוט-מאנסי. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
די לויה גייט ארויס היינט פינף אזייגער נאכמיטאג פארנט פון בית מדרשו אין מאנסי. דערנאך 7:30 פארנט פון די ישיבה גדולה אין קרית יואל אויפן וועג קיין ארה"ק, ווי מארגען פארנאכט'ס וועט פארקומען די לויה פארנט פון בתי מדרשים תולדות ארבהם יצחק און תולדות אהרן און ער וועט קומען לקבורה אויפן הר הזתים.
Yorumlar