top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • דאנארשטאג שלח תש"פ


מטעם קהל ייטב לב סאטמאר-מהרי"י איז היינט פאררופן געווארן אן 'עצרת התעוררות רבתי', מתפלל צו זיין על כל צרה שלא תבא אין די בעפארשטייענדע זוממער-וואכן און אזוי אויך וועט מען דערמאנען אלע חברי הקהילה וועלכע זענען ל"ע נפטר געווארן אין לויף פון די ימי המגיפה און זענען נישט נספד געווארן כהלכה - די מעמד וועט אפגעהאלטן ווערן אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט בשעה 7:00 נאכמיטאג. מ'וועט קודם זאגן ספר רביעי שבתהלים און 'קל מלא רחמים'. דערנאך וועט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפטרעטן מיט דברות קודש.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א וועט היינט איבערגעבן שיחת חיזוק פאר תלמידי ישיבת וויזניץ-ארה"ק וועלכע לערנען יעצט אין סאוט-פאולסבורג צוליב די אומשטענדן.


היינט ווערט אפגעצייכענט די יום הצלה והשוחרור פון כ"ק אדמו"ר מקאליב זצ"ל – די סעודת הודאה וועט אפגעראכטן ווערן היינט נאכט דורך נכדו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א אין קאנקארד זאל אין בני ברק.


היינט קומט פאר די חנוכת הבית און קביעת מזוזה אויף א נייע שטאק אין ישיבה צעהלים אין וויליאמסבורג, בראשות כ"ק אדמו"ר מצעלים שליט"א.

עצרת הספד ככלות השבעה נאך די הסתלקות פון הגה"צ ר' יצחק באב"ד זצ"ל אב"ד טארטיקוב לאנדאן, - אין ישיבת תורת חסד אין לאנדאן וועלכע שטייט בנשיאות בנו הגה"צ ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט"א.


אין ביהמ''ד הגדול וויזניץ אין לונדון קומט היינט פאר אן עצרת חזיוק והתעוררות אין שפיץ פון האד' מוויזניץ לונדון וועלכע וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש אזוי אויך וועלן אויפטרעטן דעם רבינ'ס זוהן הרה''צ לוי יצחק האגער אין המשפיע הרה''צ אברהם פסח קאמיונקא


מעמד סיום מסכת מועד קטן והתחלת מסכת חגיגה שע"י קהלת באטמאר-מהרי"י אין ירושלים - אין ביהמ"ד 'אהל רחל' אויף רחוב יואל.

 

שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג ר' ישראל אונגאר שליט"א חתן הגה"צ אב"ד וואלקאן זצ"ל, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר דובב מישרים מספינקא זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין זאל פון ויואל משה אין וויליאמסבורג.


שמחת הבר מצוה פון הב' א זון ביי הרב מרדכי כהנא שליט"א, זון פון הגה"צ ר' לייבל כהנא שליט"א ר"ם בישיבת מאחנובקא בעלזא, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי הרה"צ ר' חיים אייזיק כהנא שליט"א ראש הכולל וויזשניץ מאנסי. - די שמחת הבר מצוה קומט פאר אין ביהמ"ד נצח מנחם ספינקא אין מאנסי.

שמחת בית צאנז זוועהיל - לינז: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן נכד הגה"צ גאב"ד לינז שליט"א בן לחתנו הרה"ג משה אהרן געלדצעהלער שליט"א בן הגה"צ ר' דניאל שליט"א ראש ישיבת אור ישראל, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מצאנז-זוועהיל שליט"א חתן הרה"ק מצאנז-קלויזענבורג זי"ע.

 

צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה מאנסי זצ"ל זיצן שבעה די קינדער אין זיין שטוב אין מאנסי. די ברודער און בנו בכורו האדמורי"ם שליט"א זיצן שבעה יעדער ביי זיך אין שטוב. עס איז דא א מעגליכקייט אז ביינאכט וועלן די ברודער זיצן צוזאמען און ס'וועט דעמאלט געמאלדן ווערן אויף מערכת 'קול בחצרות'.


 

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי זאב מגריבוב זצ"ל - בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בשעה 8:30 בבית מדרשו אין בארא פארק. בנו הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א וועט אויפטרעטן מיט די גענויע פרטים איבער די פריש אנטדעקטע אוצר פון זילבערווארג וועלכע האבן געהערט פאר'ן בעל הילולא.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל אור פני יהושע מגאלאנטא זי"ע, כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א וועט אפרעכטן די שלחן הטהור בבית מדרשו.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ בעל מרפא נפש מפריימאן זצ"ל – די צענטראלע סעודת הילולא קומט פאהר אין ביהמ"ד פריימאן אין בארא פארק בראשות בניו הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א און גאב"ד יאוואזנא שליט"א.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגאון האדיר ר' מיכל יהודה ליפקוביץ זצ"ל ראש ישיבת פאנאוויטש לצעירים. הונדערטער תלמידים גייען ארויף צום ציון אויפן בית עלמין אין בני ברק.


Comments


bottom of page