חסידי ערלוי פייערן מעמד נהדר "תורתו אמת" לרגל הוצאה לאור פון ספרי קודש "אמרי סופר" פונעם בעל אמרי סופר זצ"ל
- Bechatzros admin
- 10 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 10 במרץ
מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
ברגשי קודש וקול צהלה ורנה האבן חסידי ערלוי מיטגעלעבט מיט עקסטאז דער מעמד נהדר "תורתו אמת", לרגל דעם פריידיגן מציאות ווען מ'האט זוכה געווען צו די פולקאמע השלמה און הוצאה לאור פון די ספרי קודש "אמרי סופר" דורכ'ן רבי'ן הגה"ק בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל.
דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם מוצש"ק תצוה אינעם גיגאנטישן "די סיטי" פעסטונג נעבן ירושלים, נאכגעפאלגט מיט א געהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס איז געווען א זמן קהלה לכל מיט לעכטיגע שעות ביי די ווארעמע תפלות און טישן דורכאויס דעם גאנצן שבת.
א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן פאר'ן גאנצן ציבור, און די בארימטע "מלכות קאפעליע" האט מנצח געווען על השיר לכבוד המאורע.
דער שלוחא דרחמנא הרב מאיר פרוש האט געעפנט דעם מעמד, און אויפגעברענגט לעכטיגע שטריכן פון דעם גרויסן כח פון הרבצת התורה וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן דער אמרי ספר, און די גרויסע שמחה דא היינט נאכט ווען מ'איז זוכה צו ארויסגעבן לאור די ספרי קודש פון אור תורתו.
במשך דעם מעמד האט מען איינגעטיילט גאנץ תהילים צווישן די חסידים, מעתיר צו זיין לחיזוק כוחותיו פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז ליידער נאך אלץ זייער אפגעשוואכט, און מ'האט אויפ'ן פלאץ אויסגעזאגט עטליכע מאל תהילים מיט גרויס התעוררות.
מ'האט דאן געהערט די דרשה דורך הרה"ג ר' ירמי' דאנציגער ר"מ בישיבת ערלוי, איבער דעם רבי'נס אהבת התורה וואס דאס איז געווען משוש חייו, ללמוד וללמד און כסדר משמיע געווען שיעורים, ומה גדלה השמחה ווען מ'איז יעצט זוכה לראות בפרי עמלו, מיט די הערליכע ספרים מבאר תורתו לאור עולם, וואס וועט געבן די ברייטערע מעגליכקייט צו פילעווען במשנתו הטהורה.
לקול תרועת הזמר האט מען דאן מקבל געווען את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זיך געוואשן צו די סעודת מצוה, און דאן האט אויפגעטרעטן מיט'ן דרשת "נואם הכבוד" דער אורח הדגול ונואם בחסד עליון הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט מיט בענקעניש פון זיין גרויסן רבי'ן דער אמרי סופר, און געשילדערט שיינע שטריכן פון זיין כח התורה, תפילות בהשתפכות הנפש, התבטלות לצדיקים, און נאך.
אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, ארומקאכנדיג איבער'ן עמילות התורה וואס מ'האט צוגעזען ביים טאטן ז"ל כל ימי חייו, און זיין גרויסן כח אינעם עמוד החסד, וואס ער האט זיך כסדר געזארגט צו זיין א גומל חסד אויף כל מיני אופנים.
צוליב דעם רבי'נס חולשה האט דער רבי מקצר געווען מיט זיינע ווערטער, און בנו הרה"צ ר' שלום צבי האט איבערגעזאגט די דברות קודש פאר'ן ציבור.
צום שלוס איז פארגעשטעלט געווארן א מוסטערהאפטיגע פרעזענטאציע איבער די שלשלת הסופרים, אנגעהויבן פונעם הייליגן חתם סופר וצאצאיו הקדושים, באגלייט מיט היסטארישע בילדער און דאקומענטן פון די קורות משפחת הסופרים, פון די שטאט ערלוי, און די בראשית יארן אין קטמון, וואו דער רבי ז"ל האט איבערגעפלאנצט דעם ערלויער הויף על אדמת ארץ הקודש, און פון דארט צוריק אויפגעבויט די הייליגע קהלה לשם ולתפארת.
מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד ערלוי ביתר שליט"א צו בענטשן על הכוס.




















Comentarios