top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברא כרעיה דאבוה: התרגשות דקדושה צו ערשטע שבת בצל הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל מאנסי שליט"א

פרייטאג פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שלומי טריכטר

 

מיט גרויס פרייד און התרגשות וועלן פילע חסידים ואנשי מעשה מיטלעבן דעם געהויבענעם "שבת ראשונה" בצל הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאהן שליט"א, בנו חביבו ויקירו פונעם זקן המשגיחים מרן הגה"צ רבי משה וואלפסאהן זצוק"ל אב"ד אמונת ישראל, וועלכער איז עפ"י רצון קדשו נתמנה געווארן מנהיג צו זיין דעם עדת ה' חסידי ואוהדי אמונת ישראל אין די קהלה נאה וחסודה אין שטאט מאנסי.


דער שבת וועט אויפגעברענגט רגשי געגועים און טיפע בענקשאפט נאך די לעכטיגע זמנים און געהויבענע שבתים וואס דער אומפארגעסליכער משגיח זצ"ל האט געפראוועט בקרב הקהלה אין מאנסי, ובפרט ווען דער משגיח פלעגט קומען וויילן אויף די זומער וואכן און ס'איז געווען א ספעציעלע געלעגנהייט פאר'ן ציבור תושבי מאנסי חוסה צו זיין בצלו הטהור און זיך ווארעמען ביי זיינע פייערדיגע תפילות און שותה זיין בצמא זיינע אמונה-דורכגעווייקטע שיחות קודש.


יעצט ווען מ'האט ליידער געכאפט דעם ביטערן קלאפ בהסתלקותי' דמר, וועט מען זיך מחזק זיין און ווייטער נהנה זיין פון די אילנא דחיי, בצל בנו וממשיך דרכו, בנו תלמידו וחביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז א ריכטיגער ברא כרעא דאבוה און א דמות דיוקן פון אביו הגדול, בארימט מיט זיין עבודה נלהבה און שיחות יקרות וואס דערהייבט אידישע קינדער באור התורה וחסידות.


דער שבת וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסן פארנעם אינעם ביהמ"ד אמונת ישראל אויף הערוויסט קאורט, ווען במשך אלע תפילות דורכאויס שבת וועט מען זוכה זיין זיך צו ווארעמען ביי די תפילות פונעם רב שליט"א און באזונדער וועט מען זיך צונויפנעמען אויף א "שבת אחים" ליל שב"ק אום 11:30 בראשות פונעם רב שליט"א.


דעם קומענדיגן זונטאג קרח נאכמיטאג, ככלות השבעה וועט דער רב שליט"א מעריך זיין נאך תפילת שחרית א מסיבת לחיים און מעלה זיין זכרונו הבהיר פונעם גרויסן פאטער זצ"ל.


Comments


bottom of page