top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחורי חסידי סאדיגורא לעבן מיט אומפארגעסליכער "שבת התאחדות" מיט האד' מסאדיגורא אין מושב 'חרב לאת'

מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

"יום שבתון אין לשכוח", אט דער אויסדרוק האט זיך ווי ארויסגעריסן פון די הונדערטער בחורים חסידי סאדיגורא וועלכע האבן מיטגעלעבט דעם אומפארגעסליכער געהויבענעם "שבת התאחדות", בצילא דמהימנותא עילאה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס איז געפראועט געווארן פארגאנגענעם שבת קודש מברכים חודש אלול אין מושב 'חרב לאת' נעבן חדרה ווי די בחורי החבורות האלטן זיך אויף די יעצטיגע טעג אין ראם פונעם ישיבת בין הזמנים 'מחנה משיבת נפש'.


היי יאהר האט די סאדיגורא רבי שליט"א געגרינדעט א באזונדערע קעמפ פאר די בחורי החסידות צו פארברענגען די בין הזמנים טעג אין א היימישן תורה'דיגן אטמאספערע, און אויף שבת קודש איז די רבי שליט"א ארויסגעקומען צום קעמפ ווי די אריבער הונדערט און פופציג בחורים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע טעג און א שבת מעין עולם הבא במחיצת הקודש כשהמלך בשדה, וואו די רבי שליט"א האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים מן ההר אל העם.


די שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף גענוי דעם זעלבן ארט ווי כ"ק אדמו"ר בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצוק"ל האט אפגעראכטן א שבת התאחדות מי די בחורי החסידות מיט קרוב צו צען יאהר צוריק, ווי די ראשי החבורות האבן ארויסגעברענגט ביי די סעודות שבת די זכרונות פון יענעם אומפארגעסליכן שבת וואס האט זיך אצינד ווידער איבערגעשפילט באותו מקום בצל בנו ממלא מקומו די רבי שליט"א. די שבת איז געווען א ברונעם פון וועלכן מען האט געשעפט אויר לנשימה, עס האט איבערגעלאזט א רישומא קדישא אין די הערצער פון די הונדערטער בחורים.


דאנערשטאג פארנאכטס זענען די בחורים ארויס צום חצר אינעם קעמפ און אנטפאנגען את פני הקודש בשירה וזמרה מיט גרויס התרגשות, די רבי איז תיכף אריין אין דאווען שטוב אויף מנחה מעריב, נאך מעריב איז די רבי ארויסגעקומען און געזאגט די קדישים לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם פעטער הרה"ק רבי שלמה'ניו מסאדיגורא זי"ע, דערנאך זענען אלע בחורים דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן. שפעטער אויפדערנאכט האט  זיך די רבי ארומגדרייט אינעם גאנצן שטח פונעם קעמפ, אין באגלייטונג פון די ראשי החבורות און די מדריכים, וועלכע האבן ארומגעוויזן דעם רבי'ן אין אלע אפטיילונגען פונעם קעמפ.


פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן די ספעציעלע קובץ וואס איז ארויסגעגעבן געווארן בני החבורות אינעם סוגיא פון 'פת הבאה בכינסין' במסגרת פונעם קעמפ, ווי די רבי שליט"א האט מעיין געווען דערין און נותן ונושא געווען אינעם סוגיא. דער אטמאספער פון שבת קודש זעלבסט האט זיך אנגעהויבן בפניא דמעלי שבתא ביי א דרשת הכנה דורך די משמש בקודש הרה"ג ר' אברהם חיים בראנדוויין וועלכער האט בטוב טעם ודעת ובמתק לשונו ארויסגעברענגט דעם תכלית און ציל פון אזא שבת. נאך מנחה זענען די בחורים דורך ביים רבי'ן זאגן א גוט שבת אינעם דאווען שטוב, און ביי קבלת שבת איז די רבי שליט"א ארויסגעקומען צו בואי בשלום און אויפגעפלאקערט די בחורים בקדושת השבת.


תיכף נאכן ווארימען דאווענען איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו שלום עליכם און קידוש, דערנאך האט מען געזינגען אזמר בשבחין און כל מקדש און די רבי שליט"א האט געזאגט תורה. שפעטער אום 12:30 איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום המשך שולחן הטהור, און די זמירות שבת קודש זענען געזינגען געווארן מיט א קול נעים בצוותא חדא, די רבי האט געוונטשן לחיים פאר אלע בחורים און פארטיילט קוגל פאר די ראשי חבורות און מדריכים, דערנאך האט די רבי משמיע געווען אמרי קודש, און אלע בחורים זענען דורך באקומען פירות, ביים ענדע פונעם טיש האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגע ריקוד, און מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.


כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האט שבת אינדערפרי געקאכט א ווארימער תפילת שחרית, ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געווען מפטיר, שלישי האט עולה געווען דעם רבינס שוואגער הרב אברהם שלמה פאדווא וועלכע האט אויך מיטגעהאלטן דעם שבת. נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן די קידושא רבה און משמיע געווען אמרי קודש, דערנאך האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא מיט ניגוני שבת.


ביי רעווא דרעווין האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררות בעת די זמירות און ניגוני דביקות. נאך מעריב האט די רבי מבדיל געווען על הכוס ברוב עם, דערנאך האט מען געזינגען די זמירות כנהוג, און די רבי האט משמיע געווען אמרי קודש און פארטיילט שעווה פון די הבדלה ליכט פאר די ראשי חבורות מדריכים און מסייעים. דערנאך זענען אלע בחורים דורך זיך געזעגנען, מיט געפילן פון 'קשה עלי פרידתכם' מלא התרוממות והתעלות נאך אזא דערהויבענעם שבת קודש בצל כנפיך יחסיון.
















Comments


bottom of page