top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הגה"צ ר' שלמה מייזעלס זצ"ל אבד"ק חברת ש"ס לאנדאן פריצייטיג נפטר געווארן

מוצאי שבת פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דער שטאט לאנדאן האט געליטן א שווערן קלאפ מיטן אנקום פון די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הגאון הצדיק ר' מיכאל שלמה דוד מייזעלס זצ"ל, אבד"ק חברת ש"ס לאנדאן, וועלכער איז דעם שבת פריצייטיג נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און זעכציג יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט.


דער רב זצ"ל איז געווען דער עלסטער זון פון פאר מקדושים הגה"צ המפורסם ר' יהושע זאב מייזעלס זצ"ל אבד"ק ליעזש לאנדאן, א נצר שורש לקדושי עליון, גאר אסאך פריערדיגע צדיקים און רבנים מפורסמים, און איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין זצ"ל אב"ד קיוויאשד קווינס, ער האט צענדליגער יאהרן אנגעפירט זיין שיינעם ביהמ"ד חברת ש"ס וואס איז געוועהן די סאמע ערשטע חסידישע ביהמ"ד אין די טאטענהאם געגענט אין לאנדאן, וואס איז א פנת יקרת פארן גאנצן שכונה, יאהרן לאנג פלעג ער איבערגעבן א שיעור דף היומי פאר בעלי בתים מידי יום ביומו מיט א קביעות, וואס ער פלעג פארלערנען בטוב טעם מיט זיין הפלא'דיגן כח הסברה און לשון לימודים.


די לוויה קומט פאר מארגן זונטאג דריי אזייגער נאכמיטאג פון בית מדרשו 'חברת ש"ס' אין לאנדאן. עס זיצן שבעה זיינע קינדער, און די ברידער הגה"צ רבי העניך מרדכי שליט"א אב"ד טאלטשאווא קרית יואל, הגה"צ רבי משה שליט"א האד' מליעזש - ראדוואן, הגה"צ רבי יעקב יצחק אלעזר אב"ד עבודת הלב ליעזש אין ירושלים, און די שוועסטער: הרבנית אשת הגה"צ אבד"ק טשארטקוב לאנדאן, הרבנית אשת הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז אב"ד טשענגער לאנדאן, הגה"צ רבי שמואל לודמיר שליט"א אב"ד פרעשבורג לאנדאן, און הגה"צ רבי בן ציון אברהם יעקב הלברשטאם שליט"א אב"ד שכונת וועסטגעיט לעיקוואד.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות

Comentarios


bottom of page