top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמאטישע מכתב התנצלות פון האד' מראחמיסטריווקא לינדען פאר קהל חסידיו

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 31 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 7 ביולי 2024

דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

פארגאנגענעם ליל שישי פרשת לך לך, האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט''א הרה"צ רבי ישעי' משולם זושא שליט"א אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב קודש פאר כלל חסידיו תושבי לינדען, וואס איז אויפגעהאנגען געווארן אין ביהמ"ד דחסידי ראחמיסטריווקא אין שטאט לינדען בעפאר שבת.


אינעם בריוו ברענגט דער רבי ארויס זיין התרגשות און הנאה דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, ווען ער האט זוכה געווען לשרת בקודש ארויסצוהעלפן די חסידים תושבי העיר ברוחניות ובגשמיות, און שטיין צו די רעכטע האנט פון די קהילה א שיינע תקופה.


אצינד אבער שטייענדיג נאכן הסתלקות פונעם פאטער הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, ווען ס'איז נשתנו העתים ונתחלפו הזמנים, האט ער זיך דורכגערעדט מיט גדולים וטובים און דורכגעטון דעם ענין בכובד ראש, איידער עס איז באשלאסן געווארן אז לעת עתה וועט ער נישט קענען ממשיך זיין צו שטיין בראש פון די קהילה כמקדמת דנא.


אינעם בריוו טוט דער רבי גאר שטארק מחזק זיין די חסידים, צו שטייגן מעלה מעלה און זיך דערהייבן אינאיינעם בכח האחדות, גיין ווייטער אויפן אויסגעטראטענעם וועג וואס מ'האט מקבל געווען פונעם רבי'ן זכר צדיק לברכה, און איבער חזר'ן די הדרכות וואס ער האט אונז געלערנט.


קרעדיט: ארכיון אחה"מ ראחמיסטריווקא

ree

תגובות


bottom of page