top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן ארויסגעשיקט ספעציעלע מתנה פעקלעך פאר אידישע סאלדאטן אויפן פראנט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 2 בנוב׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • י"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ארויסגעשיקט ספעציעלע מתנה פעקלעך פאר די אידישע סאלדאטן אויפן פראנט, זיי צו מחזק זיין אין די יעצטיגע שווערע זמן, ווען מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה. די חיזוק פעקל פון א ספעציעלע סידור תחינות עת רצון מיט פאסיגע תפילות פאר די יעצטיגע שווערע זמן, און א פעקל ממתקים צו דערפרישן די הערצער. א שיינע בריוו מיטגעלייגט מטעם דעם רבינ'ס שטוב, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די חיזוק און הערצה וואס כלל ישראל שפירט, און די שטארקייט וואס א אידיש קינד דארף האבן זיך צוהאלטן מיט אמונה און בטחון און חס ושלום נישט פארפאלן ווערן. נאר דער בורא כל עולמים קען העלפן, און מ'דארף גלייבן און מתפלל זיין אז ער וועט העלפן.


ree

ree

תגובות


bottom of page