top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית טאהש לבשה חג • לאנגע שעות פון שמחה והתרוממות ביים היסטארישער חתונה בחצר הקודש טאהש‎

מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


די לאנגע שעות פון שמחה והתרוממות וועט שטענדיג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אלפי תלמידי וחסידי טאהש, נאכן מיטלעבן די היסטארישע חתונה פונעם רבינ'ס יונגסטן קינד, נאך לענגערע חדשים ווארטן אויף די גרויסע שמחה, האט מען זוכה געווען צו דערגרייכן דעם געהויבענעם מאמענט, זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.


שוין פון דאנערשטאג פארטאגס האבן פילע הונדערטער אורחים חשובים פארפלייצט די גאסן פון קרית טאהש, און במשכ'ן יום החתונה זענען כסדר די גאסן געווען פיל מיט געסט פון איבער די גאנצע וועלט.


צו די באשטימטע צייט איז דער געהויבענער מחותן כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד אברכים צום מעמד קבלת פנים, אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, און זענען אנטפאנגען געווארן בשירה וזמרה בשמחה ובחדוה. נאכן זינגען ניגוני התעוררות איז ארויף אויפן טיש מוה"ר יצחק שמואל שווארץ הי"ו, וועלכע האט מיט פאסיגע חרוזין ארויסגעברעגנט די סגולת הזמן, אין די גרויסע עת רצון אין וואס מען שטייט, אויסרעכענענדיג די גרויסע זיידע'ס פון ביידע צדדים, וואס קומען אראפ צו די שמחה.


דאן האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן עולם, און מען האט מסדר געווען די כתובה, אלס עדות זענען מכובד געווארן הנגידים החשובים ר' בנימין יוסף לעברעכט הי"ו, און ר' אהרן משה שלאגער הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות. דערנאך האט דער רבי אינאיינעם מיטן מחותן אנגעטון די קיטל פארן חתן, און די קאפל און גארטל פון הרה''ק מטאהש זי"ע, אין די רבי האט געבענטשט די חתן.


דער גאנצער ציבור איז ארויס צו די חופה ברחובה של עיר פארנט פונעם בנין בית צירל, ווען די קאפעליע פירן אן מיט די התעוררות'דיגע ניגונים. מיט סידור קידושין האט די רבי שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, א עלטער פעטער פון די חתן, און מיט די כתובה ליינען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א פעטער פון די כלה, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן, מיט די ערשטע צוויי ברכות הגה"צ אב"ד מילדוי שליט"א זיידע פון די חתן, כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א פעטער פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב שליט"א פעטער פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א פעטער פון די כלה, און הרבני הנגיד ר' בנימין פיליפסון הי"ו בריח התיכון דמוסדות טאהש. און מיט ברכה אחריתה הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, זיידע פון די חתן. די עדי קידושין זענען געווען הרה"ח מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו פון לאנדאן, אין הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.


מיט גרויס התרגשות של שמחה האט די טאהשער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש, וואונטשנדיג מזל טוב פאר אביו הרה''ק מטאהש זי"ע און פאר אלע אבות הקדושים שרפי מעלה. תיכף דערנאך האט זיך די רבי שליט"א מיט די געהויבענע מחותנים און זיידע'ס זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחה, ווען די גאנצער עולם פריידט זיך מיט בשמחת בית צדיקים.


נאכן מעמד חופה איז די גאנצער עולם אריבער צום ביהמ"ד הגדול, וואו עס איז סערווירט געווארן די סעודת החתונה איינגעטיילט אין באזונדערע שטאקן, איש על מחנהו ואיש על דגלו, פאר עלטערע אידן ובני המשפחה בהיכל הביהמ"ד, עקסטער פאר אינגעלייט און בעלי בתים, עקסטער פאר בחורים, און פאר ילדי תשב"ר.


בשעה 9:00 איז כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א ערשינען בשערי היכל ביהמ"ד הגדול צום סעודת החתונה, און אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה במקהלות אלופי אלפי החסידים, ווי די גאנצע עולם הייבט זיך אין די לופטן בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן, אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס אויפן גאנצן לענג פונעם היכל הביהמ"ד, טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, בחורים און אינגעלייט, שוועבענדיג אין א העכערע אטמאספערע. די רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, ווען דערביי האט מען געזינגן ניגוני שמחה אנגעפירט דורך די מקהלת המנגנים דחצר הקודש טאהש.


א קורצע צייט דערויף איז די חתן ערשינען צו די חתונה, און גלייך זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם טאנץ מיט די זיידע'ס הרבנים שליט"א, און מיטן מחותן אבי החתן. דער חתן איז דערנאך אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד ווי די געהויבענע מחותן כ"ק האדמו''ר מטאהש שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן מיט גרויס התלהבות וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די פרייליכע און געהויבענע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי שעה, אינצווישן איז די גאנצע עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און מקבל געווען ברכת הקודש בעידן חדוותא.


דורכאויס די גאנצע שמחת החתונה האבן באשיינט די אויבן אן צענדליגע אדמורים ורבנים גאונים וצדיקים, מחותנים וקרובי המשפחה, ווי אויך אלע רבני ודייני עיר מאנטריאל, און עקסטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, מיט וועם דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ספעציעלע טאנץ.


באזונדער האט ארויסגעשיינט די השתתפות פונעם גרויסן עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן ממעון קדשו ספעציעל צו די גרויסע חתונה, און איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד. דער פאפא רבי שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, און עקסטער האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א דערהויבענעם ריקוד מיטן פאפא רבי'ן שליט"א פאר א לענגערע וויילע.


נאך די ריקודין האט מען צוגעגרייט דעם היכל הביהמ"ד צו די מצוה טאנץ. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן פאר הגה''צ רבי בנימין לאנדא דומ"ץ טאהש בארא פארק, דעם רבינ'ס מחותנים הרה"צ רבי חיים ארי' כהנא שליט"א, הרה"צ רבי לוי יצחק גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא בארא פארק, הרה"ג ר' יודא אליעזר קופערשטיין שליט"א מנהל ישיבת פאפא, ברכה אחריתא דעם רבינ'ס שוואגער כ''ק האדמו"ר מבאלחוב שליט"א.


נאכן בענטשן האט הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו געגראמט און אויסגערופן צום מצוה טאנץ, צום ערשט דער זיידע הגה"צ אב"ד מילדוי שליט"א, און דערנאך די זיידע הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א.


דאן האט בדחנא דמלכא הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש מנהל בית צירל דקרית טאהש מיט הערליכע חרוזים אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין, די רבי האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש, זייענדיג מעורר די זכות פון די הייליגע זיידע'ס אין מעורר געוועהן אויף די די גאולה שלימה.


גלייך דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען די ניגוני הכנה, די שטייטע אלקא די ליה און פרוק ית ענך, אין דאן איז דער גרויסע מחותן אבי הכלה די רבי שליט''א צוגעטרעטן צו די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי האט מיט א זעלטענעם התלהבות אפגעראכטן די עבודת הקודש, בעת די טויזענטער תלמידים וחסידים האבן זיך געהויבן מיט אן התרוממות וחדוות הנפש וואס האט יעדן מיטגעצויגן מיט גרויס שמחה און התרגשות.


שפּעטער האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די ריקודין מיטן חתן פאר לענגערע מינוטן, ווען אינצווישן זענען אריינגעקומען די מחותן און די זיידע'ס, און א עקסטערע ריקוד האט דער רבי געטאנצן מיט די שוואגער'ס הרבנים שליט"א. דערנאך האט דער רבי געטאנצן א עקסטערע טאנץ מיט די גאנצע משפּחת המלוכה, קינדער און אייניקלעך, וואס האט געשאפן א זעלטענעם מחזה הוד.


דערנאך האט מען ארויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותן אבי החתן און חתן וכלה.




















































Comments


bottom of page