דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות
מיט התרגשות'דיגע געפילן גרייטן זיך אלפי חסידי וויזניץ צו די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, שמחת החתונה פון די ערשטע אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט''א, וואס טוט אויפברענגען נאסטאלאגישע געפילן ביי אלע תלמידים וחסידים גרייכענדיג דעם געהויבענעם מאמענט.
עס וועט גיין אונטער די חופה דעם רבינ'ס עלטסטע אייניקל החתן הרב חיים מאיר, זון פונעם רבינ'ס איידעם הגה"צ ר' אלימלך סג"ל טירנויער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פונעם רבינ'ס שוואגער הרה"צ ר' מאיר ברוך שטיין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן בענסענהוירסט שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל.
די חתונה וועט געפראוועט ווערן בקול רינה ותודה והמון חוגג דעם קומענדיגן ראש חודש תמוז מאנטאג פרשת קרח הבא עלינו לטובה, אין די נייע פראכטפולע זאל פון תלמוד תורה בעלזא אין בארא פארק, במקהלות אלפי חסידי וויזניץ פון אומעטום. פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען ווערן שוין געמאכט אין די יעצטיגע טעג אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, די מעמדי השמחה און מאורעות הקודש וואס וועט מיטגעהאלטן ווערן דורך פילע חסידים ואנשי מעשה.
די שבת עלי' לתורה שב"ק פרשת שלח וועט געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די שמחת הפארשפיל מוצאי שב"ק, און די שמחת החתן מאהל זונטאג אויפדערנאכט ליל יום החופה.
שבת שבע ברכות וועט געפראוועט ווערן בהיכל ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, און די נאכפאלגענדע זונטאג וועט געפייערט ווערן די היסטארישע מעמד שמחה משולשת, לעצטע שבע ברכות ונעילת ימי השמחה, קאמבאנירט מיט די ריזן מעמד הכנסת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די נגידי ותומכים פון כולל אברכים אמרי חיים וויזניץ אין בארא פארק, לזכר נשמתו פונעם וויזניצער רבי'ן הרה"ק בעל תורת מרדכי זי"ע.
די תהלוכת הספר תורה וועט ארויסגיין פון די היכל הכולל און עס וועט ווערן אריינגעפירט בתופים ובמחולות ברינה ובצהלה צום גרויסן ביהמ"ד הגדול ביים ווינקל פון נוא יוטרעקט און דריי און פופציג, וואס ווערט יעצט פראכטפול איבערגעבויעט לקראת די ימי השמחה, די סעודה לגומרה של תורה וועט פארקומען אינעם פראכטפולן זאל פון תלמוד תורה בעלזא, וואו עס וועט סערווירט ווערן א רייכע סעודה אין באגלייטונג פון א רייכע פראגראם לכבוד התורה און לכבוד די גרויסע שמחה.
בין כותלי הישיבות אין ישיבה גדולה תפארת מרדכי וויזניץ אין סטעטן איילענד, ישיבה קטנה אמרי חיים וויזניץ, און מכינה לישיבה אור שלום, טוען די בחורים עוסק זיין אין די יעצטיגע טעג בלימוד התורה שעות רצופות, וואס וועט געגעבן ווערן אלס מתנת הוקרה און דורן דרשה פארן מנהיג העדה בעת שמחתו, אין די קומענדיגע טעג וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין בבתי אדמורי"ם ורבנים איינצולאדענען לכבוד די גרויסע חתונה, און אזוי אויך פוקד זיין די ציונים הק' פון די זיידעס בגנזי מרומים להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך מעתה ועד עולם.
Comments