top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע שמחה'דיגע וואך ביי שבעת ימי השמתה אין מונקאטשער הויף | גאלעריע

מונטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס דערהויבנקייט איז געפראוועט געווארן די שבעת ימי המשתה בחצר הקודש מונקאטש, לרגל שמחת נישואי הכלה תחי' אייניקל פון כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א בת לחתנו הגה''צ רבי יוסף הורוויץ ראש הכולל מונקאטש מיט די חתן א זוהן פון כ''ק האדמו''ר מבאסטאן פלעטבוש שליט''א.


דורכאויס די וואך איז געפראוועט געווארן א רייע שבע ברכות סיי דורך די כולל 'חיים ושלום' מונקאטש לכבודו פונעם מחותן די ראש כולל, די שבע ברכות מוצאי שבת צוגעשטעלט דורך הרב אשר פרענקל מנהל ת''ת מונקאטש ומנאמני ביתו פונעם רבי'ן שליט''א, אין אחרון חביב די גרויסארטיגע שבע ברכות די נעילת ימי השמחה אין גרויסן מונקאטשער בית המדרש אין בארא פארק, בהשתתפות פון פילע אדמור''ים ורבנים חשובים.


במשך די שמחה האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער מחותן אבי הכלה הגה''צ רבי יוסף הורוויץ ראש הכולל מונקאטש, דברי בדחנות איז געהערט געווארן דורך בדחנא דמלכא הרב יוסף חיים ראטענשטרייך וועלכע האט משמח געוועהן בשמחת חתן וכלה. א לענגערע צייט האט מען איבערגעזינגען די נייע ניגון הכל יודך וואס די רבי שליט''א האט פארפאסט לכבוד די שמחה. אין דאן האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן מדברות קדשו לכבוד השמחה במעונו ארויסברענגענדיג דעם ענין פון נעילת ימי השמחה איז זיך באדאנקט פאר אלע משתתפים ביי די שמחה.













































تعليقات


bottom of page