מוצאי שבת פ' בשלח • י"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: יהושע פרוכטר
די וואך מיטוואך איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א ארויסגעפארן אויף דעם קורצן בליץ באזוך קיין אנטווערפען - בעלגיע מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין מחנך זיין דעם אלטן וויזניצער ביהמ''ד אויף די יאקאב יאקאב גאס אין שטאט, וואו די רבי האט געפראוועט דעם שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, ראש השנה לאילנות. ארום 9:00 אינדערפרי האט זיך געהויבן דעם טשארטער פליגער וואס איז אראנזשירט געווארן לכבוד די נסיעה נאכן הכרזת קודש פונעם רבי'ן שליט''א ביים מעמד ראש השנה לחסידות וואו די רבי האט געמאלדן אז ער וועט אונטערנעמען דעם רייזע קיין אנטווערפען.
אזוי ווי די רבי שליט''א איז ארויפגעשטיגן אויפן פליגער האבן די חסידים אויסגעבראכן אין א געזאנג אויף די ניגון 'אשרי העם שככה לו'. דורכאויס די נסיעה האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש דורכן מיקראפאון פונעם עראפלאן וואו די רבי האט אנגעווארעמט די הערצער אין ארויסגעברעגנט די וויכטיגקייט פאר יעדן פון די משתתפי הנסיעה צו וויסן אז דער מטרה פון די נסיעה איז די חנוכת הבית פונעם ביהמ''ד אין נישט זיין פארנומען מיט זייטיגע זאכן. נאך די דברות קודש האט מען געזינגען 'והוא שעמדה' אין נאך עטליכע ניגונים.
דערנאך האט זיך די רבי ארומגעדרייט אויפן פליגער אין פארטיילט מזונות פאר די חסידים. מיטאג צייט האט די פליגער געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין אמסטרדם האלאנד, וואו עס האבן אפגעווארט א שיינעם צאל חסידים פון אנטווערפען אין נאך איירפעאישע שטעט, די רבי איז תיכף צוגעפארן דעם וועג קיין אנטווערפען, צום אכסניא בבית הרה''ח ר' איטשע ווייס.
אויף א געהויבענעם פארנעם האבן הונדערטער חסידים מכל קצוות תבל אין פילע תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן די הערליכע חמישה עשר טיש וואס די רבי שליט''א האט מעריך געוועהן בהיכל הביהמ''ד אויף די יאקאב יאקאב גאס במעמד קהל רב.
ביים אנקומען צום ביהמ''ד האט מען מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט''א מיט פרייליכע טענץ ברחובה של עיר, די רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד אין מעודד געוועהן די ניגונים, 'שהחיינו וקיימנו' אין נאך ניגוני שמחה. מען האט געדאווענט מעריב אין נאך א קורצע הפסקה איז די רבי ערשינען צום טיש אין זיך געוואשן צום סעודה, ביי וועלכן מען האט געזינגן פאסיגע ניגוני חיזוק והתעוררות. דאן האט די רבי אנגעהויבן דעם גאנצן נוסח פון ראש השנה וואו דער מנהג, אנגעהויבן פון אדון עולם, די שמונה עשרה, ויתאיו, אין קצבה אין נאך.
דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש במשמעות היום און דער חיזוק וואס מ'נעמט ארויס פון דעם. דאן האט די רבי איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די חסידים אין אנטווערפען צום גרינדונג פונעם נייעם בית מקדש מעט, די רבי האט מעלה געוועהן זכרונו פונעם בונה ומקים הביהמ''ד הנגיד ר' יצחק קאסירער ז''ל ומשפחתו אין דערמאנט זיין התקשרות צום זיידן די אמרי חיים, אין שפעטער צום פאטער די ישועות משה אין זיין ברייט הארץ לכל קדשי בית וויז'ניץ, די רבי האט ארויסגעגעבן זיין רגשי הלב וואו אזויפיל גוטע ברודער זענען זיך צונויפגעקומען פון אלע עקן וועלט מחזק צו זיין אנשי שלומינו אין אנטווערפען, די רבי האט אויך ארומגערעט בשבח פונעם שטאט אין אנטווערפען אין דערמאנט אז די קהילה 'ישועת משה' איז אויך א חלק פונעם צענטראלן ק"ק מחזיקי הדת - כפוף אונטער די מרא דאתרא שליט''א ובית דינו, אין באזונדער געוואונטשן דעם ציבור שמחות לרוב און הצלחה ברוחניות ובגשמיות.
דער רבי שליט"א האט טועם געווען פון די פירות און מען האט געזינגען נאך ניגונים לכבוד היום. נאכן פארטיילן שיריים האט די רבי געבענטשט על הכוס, אין דער ציבור זיך צושפרייט מיט געהויבענע געפילן פונעם שיינעם מעמד.
אין לויף פון די נאכט האט די רבי אויפגענימען קהל חסידיו תושבי אנטווערפען אין די בני בית אין שטוב פון הרה''ח ר' חיים יודל ווייס, צופרי נאך תפילת שחרית איז די רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין אמסטרדאם אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש.
Comments