מיטוואך פ' בא • ז' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
ווי יאהר יערליך איז כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א ארויסגעפארן קיין עיה''ק טבריה וואו די רבי האלט זיך אויף דורכאויס די שובבי''ם וואכן אין איז עוסק אין זיין דערהויבענע עבודת הקודש בחדרו הפרטי ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס.
כאטש וואס די רבי געפינט זיך נישט אין ירושלים טוען די חסידים ארויסקומען קיין טבריה צו הנחת תפילין אין בריתן וכד', אין יעדן שבת ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר א קבוצה חסידים מיטצוהאלטן די תפילות אין טישן בצל הקודש.











































































Comentarios