top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא איז מתפלל ביי קברי אבותיו אויפן בית החיים "זכרון מאיר" אין בני ברק

  • לפני 9 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג מוצאי יו"ט פסח • י"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א באגלייט בראש המלווים ביי די לוויה פונעם באקאנטן איש ציבור, הרב אליעזר אברהם עציוני ז"ל ראש וראשון לכל קדשי בית סאדיגורא און דבק בלב ונפש צו אדמור"י בית סאדיגורא לדורותיהם.


דער מסע הלוויה איז ארויס פון זיין שטוב אויף רחוב דניאל אין בני ברק, וואו דער רבי האט חולק געווען כבוד האחרון און מיטגעהאלטן די הספדים. דערנאך האט דער רבי באגלייט די מיטה ביז בית החיים פוניבז, ביז נאך דער קבורה.


ביים אנקומען צום בית החיים ווען מ'האט געווארט אויף די טהרה, איז דער רבי צוגעגאנגען צום חלקת "זכרון מאיר", און ביים אריינגיין און זיך אינטערעסירט וועגן דעם מקום הציון פונעם פוסק הדור בעל שבט הלוי זצ"ל, און מתפלל געווען א תפלה חרישת.


דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום אוהל אדמו"רי וויזניץ, און איז צוגעגאנגען צום ציון פון זיין עלטער שווער, הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן, און דארט אויך מתפלל געווען א וויילע.


פון דארט איז ער געגאנגען צום ציון פון זיין זיידן הרה"ח מו"ה רבי חיים משה פעלדמאן ז"ל, וואו ער האט געזאגט א קאפיטל תהילים, דערנאך געזאגט קדיש, און געלייגט א שטיין אויפ'ן קבר.


דערנאך איז ער צוגעגאנגען צום ציון פונעם גאון חזון איש זצ"ל, און דארט אויך מתפלל א תפלה קצרה.



תגובות


bottom of page