געהויבענער שמחת נישואין בחצרות קראלי - זלאטשוב סטאניסלאוו און האדאס
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פילצאליגע חסידים האבן פאריגע וואך דינסטאג זיך מיטגעפריידט ביים שמחת בית צדיקים, די חתונה אינעם קראלער הויף וואס איז געפראוועט געווארן בסימן טוב ומזל טוב.
בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג בנש"ק נכד כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, בן לבנו הרה"צ רבי אלעזר שליט"א, חתן הגה"צ רבי צבי נחום אשכנזי שליט"א אדמו"ר מזלאטשוב-סטאניסלאוו. עב"ג הכלה ב"ק טאכטער פון הגה''צ רבי יואל פיש שליט"א אבד"ק שערי ישראל פון וויליאמסבורג, בן כ''ק אדמו"ר מהאדאס שליט''א פון בארא פארק וחתן הרב החסיד ר' דוד לייב האלפערט שליט"א פון וויליאמסבורג.
די שמחה האט זיך אנגעהויבן שב"ק ביים שמחת עליית החתן לתורה וואס איז געפראוועט געווארן בבית מדרשו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, און די חתונה איז אפגערכטן געווארן דינסטאג נאכט אין היכל ביהמ"ד דקראלי וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.

















































































































































תגובות