דינסטאג פ' וישלח • ט' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
מיט התרוממות הנפש האבן חסידי סאדיגורא און פילע תושבי עיר התורה לעיקוואד, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגערער הויף געהאט די זכיה מיטצולעבן די רוחניותדיגע תפילות ושלחנות הטהורות בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט, אין די סאדיגורא קלויז 'עטרת ישראל'.
פרייטיג צונאכטס ביי קבלת שבת האט א התרגשות ארומגענימען דעם ציבור ווען די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון דאווען שטוב צו בואי בשלום, די רבי שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין התלהבות'דיגע ריקודין, מיטהאלטנדיג דעם עבודת הקודש פון רבי'ן שליט"א, נאך מעריב איז די גאנצע ציבור א דורך ביים רבין שליט"א זאגן גוט שבת.
די סעודה פאר די געסט איז געוועהן צוגעגרייט אין די זאל פון עטרת עלקא בבנין בית המדרש בשבת אחים גם יחד, אום 9:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש, און מעריך געווען שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן די הרה"ג ר' חיים שארר שליט"א מרבני הקהילה, במשך דעם טיש האט מען געזינגן ניגוני דביקות וניגוני שבת קודש, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הנגיד החסיד רבי אלימלך שפירא.
בצפרא דשבתא האט מען פארקויפט די עליות פאר סכומים הגונים להוצאת השבת, די רבי האט עולה געווען שלישי כנהוג, און דערנאך געמאכט א מי שברך פארן נגיד ר' אלון לייזער הי"ו וועלכע האט געקויפט דעם רבינ'ס עליה פאר א אנסטראנאמישע סומע. נאכן דאווענען איז די רבי ארויף צום עזרת נשים און געפראוועט א קידושא רבה מיט די בחורי הקהילה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים שארר שליט"א און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורי חמד, און געוונטשן לחיים פאר די בחורי וגבאי החבורות.
נאך מנחה האט דער רבי שליט"א געפראוועט שלש סעודות און נאכ'ן זינגען די זמירות האט די רבי שליט"א משמיע געווען אמרי קודש בעניני יראת שמים, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה און די גאנצע ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואָך און זיך געזעגענען ביים רבין שליט"א.
זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א. מאנטאג פארמיטאג זענען אריין צום רבי'ן די תלמידי ת"ת תפארת יחיאל אין לעיקוואד, וואו די רבי האט פארהערט עטליכע קינדער מצוינים אויף חמשה חמשי תורה און ששה סדרי משנה. אויך זענען אריין תלמידי ישיבת עטרת צבי וואו די רבי האט איבערגעגעבן שיחת קודש און פארטיילט מטבעות לברכה ולשמירה.
באנאכט נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי משתתף געוועהן ביים שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי איש אמונו הנגיד החסיד ר' אלימלך שפירא הי"ו, און א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל מילוואקי שליט"א. אויך האט זיך דער רבי משתתף געוועהן ביים חתונה פון החתן א זוהן פון כ''ק האדמו''ר מבאטאשאן שליט''א פון בארא פארק וואס איז פארגעקומען אין לעיקוואד.
Comments