מאנטאג פ' בחוקותי • י"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
א זעלטענע און רירנדע מעמד "תהלוכת ספר תורה" איז נעכטן ל"ג בעומר אפגעראכטן געווארן דורך הרה"ח ר' יעקב מאיר ערליך ז"ל, וועלכער האט אין די לעצטע שעה'ן פון זיין לעבן זוכה געווען מקיים צו זיין די לעצטע מצוה אין די תורה פון "ועתה כתבו לכם".
ר' יעקב מאיר ז"ל האט ארויסגעשיינט אלס איינע פון די חשובע אידן אין מחנובקא בעלזא, וועלכער האט נאך זוכה געווען זיך צו ווייקן ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע, און אלע יארן אנגעהאלטן דעם דביקות וקשר אמיץ אין מורו ורבו כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, ביי וועם ער האט גענאסן א גרויסע קירבה.
מיט א צייט צוריק האט דער נפטר אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה, און ער האט עוסק געווען אין דעם מיט א געוואלדיגן ברען און שמחה של מצוה. מיט עטליכע חדשים צוריק האט ער פארלוירן זיין אשת חיל ע"ה, און ער האט דאן ממשיך געווען מיט די כתיבה, וואס ער האט אויך געווידמעט לזכר נשמתה.
אינצווישן איז ר' יעקב מאיר געווארן שטארק נישט געזונט ל"ע, און בשארית כוחותיו האט ער זיך ווייטער געפארעט און זיך געגרייט מיט התרגשות צו דעם גרויסן טאג ווען ער וועט זוכה זיין צו מכניס זיין דעם נייעם ספר תורה להיכל ה', ביי די גרויסע הכנסת ספר תורה וואס איז באשטימט געווארן אויף ל"ג בעומר, צום ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא אין שכונת רמה ד' אין בית שמש. ר' יעקב מאיר'ס געזונט לאגע האט זיך אבער שטארק פארערגערט, און ווען ס'איז אנגעקומען ל"ג בעומר האט זיך זיין געזונט צושטאנד גאר שטארק פארערגערט, נישט האבנדיג די מעגליכקייט אפצורעכטן די הכנסת ספר תורה.
ר' יעקב מאיר האט אבער נישט געוואלט מוותר זיין אויף די שמחה, און זעענדיג ווי זיין מצב איז ליידער אזוי שמאל, האט ער בשארית כוחותיו אפגעראכטן אין שפיטאל על ערש דוי א מעמד נרגש "סיום כתיבת ספר תורה", ווען ער איז זוכה לראות פני מלכו, כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער האט אין אויסנאם שריט זיך אריבערגעכאפט פאר'ן ל"ג בעומר טיש צום מעייני ישועה שפיטאל וואו דער רבי האט מעריך געווען א מסיבת לחיים און מיט דמעות שליש זיך געזעגנט פון זיין באליבטן חסיד. דער רבי האט געמאכט הגבה און לאזט זיך דערנאך ארויס אין גאר פייערליכע טענץ בשעת ר' יעקב מאיר זיצט דערנעבן און פארגיסט טייכן טרערן.
מיט זיינע לעצטע ביסל כוחות האט ר' יעקב מאיר באגלייט די ספר תורה ביז ארויס אין די פארקינג לאט פון שפיטאל, צו וואס די שפיטאל פארוואלטונג האט זיך שיין צוגעשטעלט מיט אלע נויטיגע אראנדזשירונגען. קיין אויג איז נישט טרוקן געווען ווען דער רבי כאפט זיך אן מיט'ן נפטר ומשמחים בשמחת התורה, ביידע אנגעטון מיט א שטריימל און בגדי שבת, און צוגלייך אלע אנוועזנדע חסידים, כמנהג בעלזא. פון דארט האט זיך דער רבי אהיימגעקערט למעון קדשו אין בני ברק, און קורצליך דערויף ערשינען צום ל"ג בעומר טיש, וואו ר' יעקב מאיר האט נאך אריינגעכאפט צו לאזן שטעלן וויין.
ליידער האט ר' יעקב מאיר נישט זוכה געווען צו ערגענצן זיין שמחה בשלימות, ווען בלויז עטליכע שעות דערויף האט ער מכניס געווען נשמתו ליוצרה, אין עלטער פון 85 יאר, און אנשטאט באגלייטן דעם ספר להיכל ה', האט מען ערשיטערט באגלייט דעם נפטר למנוחה, ביי די לוי' וואס איז ארויס צומארגנס מיטאג פארנט פונעם גרויסן מאחנובקא בעלזער ביהמ"ד אין בני ברק מיט די באטייליגונג פון הונדערטער מלווים.
דער מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעשטופט געווארן אויף א צווייטע געלעגנהייט, און וועט ווערן אריינגעגעבן דורך בני משפחתו החשובה, וואס ער האט איבערגעלאזט א דור ישרים ומבורך, לע"נ ביידע עלטערן ע"ה.
Comments