top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד ביי חסידי באבוב צום גרינדונג פון מפעל 'עזר מקודש ד'באבוב' צו לינדערן שידוכים קריזיס

דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס פרייד האבן חסידי באבוב אויפגענומען די בשורה טובה איבער די גרינדונג פונעם מפעל 'עזר מקודש ד'באבוב' - א פרישע דורכברוך אין די קייט פון דערפרייענדע פעולות בתוך קהלה קדושה באבוב צו לינדערן די שידוכים קריזיס וואס פלאגט דעם גאנצן היימישן ציבור בכלליות. דאס קומט נאכפאלגנדיג די מעלדונג פון כ”ק אדמו"ר מבאבוב שליט”א דעם פארגאנגענעם ראש חודש אב ביים סעודת הילולא פון אביו הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב, ווען דער רב האט געשמועסט איבער גרינדען א וועד העסקנים בעניני שידוכים. 


די מפעל 'עזר מקודש' וועט ארויסהעלפן חסידי באבוב בעצה ובתושי' בעניני שידוכים, און וועט שטיין על המשמר אויפצוטוהן די מערסטע מעגליך אין דעם געביט. אזוי אויך ווער האט סיי וואספארא הצעה וועט דאס קענען איבערגעבן פאר די וועד און כשיבוא הדבר לידי גמר באקומען א מתן שכרה בצדה. בראש המפעל איז נתמנה געווארן הרב שלמה שליט”א בנו הצעיר פון כ”ק אדמו"ר מבאבוב שליט”א, און צוגאב צו די חברי הוועד הרב אפרים שלמה הלברשטאם בן הגה”צ אבד”ק רודניק, הרב חיים לייב ליכט ר”מ במתיבתא און מוה"ר ר' אליעזר לערנער הי"ו.




Comentários


bottom of page