שמחה של מצוה: זעלטענער מעמד "פטר חמור" אפגעראכטן בראשות כהנא רבא האד' מוויען
- בחצרות הקודש

- 26 באוג׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 15 באוק׳ 2024
מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם
א זעלטענער מעמד "פטור חמור" איז פאריגן וואך אפגעראכטן געווארן אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדריק, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועלכער האט אלס כהן מיוחס געדינט אלס כהן וואס איז מקבל די שה פון די בעלי בתים פון די חמור.
די זעלטענע מציאות פון מקיים זיין די מצוה פון פדיון פטר חמור, איז פארווירקליכט געווארן ביי איינעם פון די וויענער חסידים, משפחת שפיטץ הנכבדה, וועלכע האבן מזכה געוועהן דעם רב שליט"א מיט די מצוה ברוב עם הדרת מלך אין די ווינער מתיבתא קעמפ, וואו דער ווינער רב שליט"א האלט זיך אויף אין לויף פון די זומער וואכן. דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אום 5:30 נאכמיטאג, ווען דער היכל ביהמ"ד איז געווארן מלא על גדותיו מיט די הונדערטער תלמידים, בחורי הישיבות און תשב"ר דחסידי וויען, און פילצאליגע אברכי הכוללים און בעלי בתים וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע ארומיגע געגנטער מיטצולעבן די זעלטענע מצוה.
די אייגנטומער פון די אייזל, איז צוערשט אריינגעקומען מיט די אייזל, און זיי זענען פלאצירט געווארן אויף א ספעציעלע בימה. קורצליך דערויף איז דער ווינער רב ערשינען צום מעמד, און איז ענטפאנגען געווארן מיט פייערליכע שירה וזמרה דורכ'ן גאנצן ציבור. הרה"ג ר' שמחה שטראהלי שליט"א דומ"ץ וויען וויליאמסבורג האט אויפגעטרעטן מיט שיינע ענינים בגודל המצוה און מיט די פרטי הלכות איבער'ן קיום המצוה מיט אלע הידורים.
דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש איבער די סגולת וקדושת המצוה, און ארויסגעברענגט די זעלטענע זכי' צו דינען אלס חלק פון די מצוה. מ'האט געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות כהכנה צו די מצוה, און דערויף זענען די בני משפחת שפיטץ צוגעטרעטן צו די חמור און די שה, זאגנדיג די ספעציעלע תפילות און לשם יחוד, און דערביי אויפגעהויבן די שעפעלע דורכפירנדיג דערויף עטליכע קנינים, באופן מהודרים ביותר, און עס דערלאנגט פאר'ן כהנא חסידא, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכער האט דערביי געזאגט פארשידענע פסוקים, און מיט דעם איז די חמור געווארן אויסגעלייזט, כדין וכהלכה.
דער ציבור האט דערביי אויסגעבראכן אין פייערליכע טענץ וואס האט אנגעהאלטן פאר נאנט צו א האלבע שעה, בעת דער רבי שליט"א איז זעלבסט פארקאכט אין די ריקודין נלהבים, שש ושמח לעשות רצון קונו. דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א מעמד לחיים, וואו דער רב שליט"א האט געוואונטשן פאר די גאנצע משפחה. שפעטער איז פארגעקומען די סעודת מצוה אין קעמפ, דורך די בני המשפחה, מיט'ן השתתפות פונעם רב שליט"א.

































תגובות