דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שימי פ. - JDN
אין לאנדאן הבירה איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' משה מייזליש שליט"א אדמו"ר מליעזש ראדוואן, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק אוהעל זצ"ל, די מעמד קבלת פנים און חופה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ליעזש אויף די צענטראלער סטעמפארד הילל גאס אין לאנדאן, און די שמחת החתונה אין זאל פון P&P וואו עס האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, געסט פון אויסלאנד און די אדמור"י ורבני העיר. באזונדער האט ארויסגעשיינט די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א א פעטער ביי די שמחה, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן און איז מכובד געווארן מיט סידור חופה וקידושין.
Comments