top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן וועט אפרעכטן היסטארישע שבת ביים כותל המערבי אינאיינעם מיט עצי החיים תומכי מוסדות רוזין באיאן

דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א התרגשות דקדושה נעמט ארום הונדערטער חסידי באיאן עצי החיים תומכי מוסדות הקדושים דחסידי רוזין באיאן זיך גרייטענדיג מיטצולעבן א היסטארישע שבת 'למקדשך' בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א שבת בקרתא דשופריא, ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו, אשר משם לא זזה שכינה מעולם.


די היסטארישע שבת וועט געפראוועט ווערן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת בא, די שבת טראגט א ספעציעלע באדייט, ווען דער געטרייער מנהיג העדה פון אלופי אלפי ישראל וועט פראווען א שבת מבואו ועד צאתו אויף דעם הייליג ארט פון השראת השכינה, און דערהייבן דעם ציבור המשתתפים כשהמלך במסיבו.


די שבת איז געייגענט פאר די נגידי עם קודש חברי וועדת הנשיאות און חברי וועידת הנאמנים וועלכע שטיצן בקביעות די מוסדות הקדושים, און שטיין לימינו פון רבין שליט"א וועלכע טראגט דעם גרויסן עול על לוח לבו הטהור.


אין די יעצטיגע וואכן האט דער רבי באוויליגט צו פראווענען א היסטארישע שבת ביים כותל המערבי ספעציעל פאר די תומכים, ארויסציווייזן הכרת הטוב פאר די וואס שטייען לימין קדשו א גאנץ יאר, א ספעציעלע וועד  וועט זיך אפגעבן מיט די הכנות לקראת די געהויבענע שבת, ווי עס קוקט אויס וועלן די תפילות פארקומען ממש מול קודש הקדשים, אין די מנהרות הכותל, ווי מען וועט אפרעכטן די הייליגע תפילות בוקעות רקיעים למען ישועתן של ישראל.



Comments


bottom of page