top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לך כנוס: יערליכע "אסיפת הצלה" קעגן פגעי טעכנאלאגיע באשטימט אויף מוצש"ק וישלח אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 1 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 3 בדצמ׳ 2024

זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

לך כנוס את כל היהודים!


עס איז נארוואס ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז דער יערליכער כינוס אדיר "אסיפת הצלה" בארה"ק זיך מתחזק זיין קעגן די פגעי טעכנאלאגיע, וואס ווערט אפגעהאלטן בראשות הגה"צ המשפיע הגה שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, וועט היי-יאר אפגעראכטן ווערן במקהלות אלופי אלפי שלומי אמוני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן דעם קומענדיגן מוצש"ק וישלח אין די ריזן גיגאנטישע היכלי ביהמ"ד הגדול "בית וויזניץ" אין בני ברק.


דער יערליכער כינוס "אסיפת הצלה" ווערט אראנדזשירט אויף די פערזענליכע אינציאטיוו פונעם לוחם מלחמת ה' קעגן טעכנאלאגיע, הגה"צ רבי צבי מאיר שליט"א, אין די ראמען פונעם הייליגן מפעל "אום אני חומה" וואס נעמט צוזאם אלפים מישראל וועלכע קומען זיך אנקוועלן און זיך שטארקן בכח הרבים פון אזויפיל מקדשי השם וואס שרייען אויס מסירת נפש זיך צו האלטן שטארק און נישט פאלן פון די טעכנאלאגישע נסיונות.


נעמענדיג אין באטראכט דעם ריזן השתתפות פון מקהלות אלפים וואס וואקסט יערליך, איז אויף היי-יאר ווידער געלונגען ארויסצונעמען דעם "בית וויזניץ" און הגה"צ רבי צבי מאיר, טראץ זייענדיג א בעל שמחה שטייענדיג אינמיטן די שבעת ימי המשתה פון די חתונה במעון קדשו, איז שוין געזיצן אויף עטליכע אסיפות מיט מערערע עסקנים אויסצוארבעטן אלע דעטאלן און אהערשטעלן דעם בית וויזניץ מיט די מאקסימום צאל זיץ ערטער צו אקאמאדירן דעם איבערפלוס פון שווערע טויזנטער משתתפים.


קדוש יהיה כבוד המעמד הזה

תגובות


bottom of page