top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערדיגע מעמד הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פאר נייעם סאטמארער ביהמ"ד בנין ניישטאדט אין לעיקוואד

דינסטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


דעם פארלאפענעם זינטאג נאכמיטאג האבן תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד געהאט די זכיה מקבל צו את פני הוד כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע האט מופיע געוועהן אויף א באזוך אין שטאט צו באשיינען די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר, אינאיינעם מיט די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורכן נדבן הבנין הנגיד החסיד ר' זושא ניישטאדט הי"ו.


ארום 5:30 נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען צום שאטער הגדול נעבן די ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה. דערנאך האט דער רבי געטריקנען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א שטיק צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן דער נדבן ר' זושא הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיטן ספר תורה.

פון דארט איז די רבי שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה. ארום 7:00 איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ס''ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. נאך לדוד מזמור האט זיך די רבי באגריסט מיט הגאון הגדול רבי ירוחם אולשין שליט"א מראשי ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד וועלכער איז געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכות קדשו, און ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן זיין נייעם ספר אויף חג הפסח. פון דארט איז די רבי אריבער אויף א באזוך בבית הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה דלעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בקורות ימי אמעריקע נאך די קריג, און די פעולות פון הרה''ק מסאטמאר זיע''א און פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל צו מחזק זיין אידישקייט אין אמעריקע. דער רבי האט געפרעגט איבער די סדרי הלימודים בבית מדרש גבוה, און איז אריין אין א שמועס אין מסכת בבא מציעא וואס מ'לערנט יעצט דארט און אויך בהיכל המתיבתא אין קרית יואל. דער ראש ישיבה האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, אין ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.

פון דארט איז די רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין אייראפע צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און די מצב פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק יעצט בעת צרה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו. פון דארט איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ סאטמאר לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון חסידות אין לעיקוואד, אין דער דיין האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים. דערנאך איז דער רבי צוריק לבית האכסניא ווי עס איז אריין בקו"פ הגה"צ ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט"א רב דקהל שמן למנחה נאדיפאלי אין לעיקוואד.


דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב איז די רבי ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון די אכסניא. שפעטער באנאכט האט זיך די רבי שליט''א צוריקגעקערט צום ביהמ''ד צום מעמד חנוכת הבית איינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט. במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ודייני העיר צווישן אנדערע, הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה, הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א מראשי בית מדרש גבוה, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א, כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, הגה''צ ר' אברהם שפיטצער שליט''א דומ''ץ סקווירא, און נאך פילע רבנים און דיינים.


עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו אין האט אויפגערופן דעם ראה''ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר הקהילה, דערנאך האט דער יו''ר מקדם געווען בברכה הגאון רבי מלכיאל שליט"א וועלכע האט דערנאך משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד המעמד, דערנאך האט דער יושב ראש מכבד געווען הנגיד החסיד ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל המוסדות, אפצונעמען א מתנה פונעם רבי'ן שליט''א אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר די קהילה אין לעיקוואד. עס האט אויפגעטרעטן דער דיין הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בשבח הקהילה אין לעיקוואד, הרה"ח ר' יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו, אין הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ הקהילה וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה פון די קהילה מיט די באזוך פון רבי'ן אין שטאט, און די הכרת הטוב פארן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פארן חשובן נדבן א מתנה א פראכטפולע געשטעל פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן לכבוד המאורע.


דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש, צום ערשט ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז מחנך אזא שיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, און משמיע געווען א לענגערע דרוש אויף די פרשה, און ממשיך געווען בשבח הביהמ"ד, און געזאגט דאס איז א התחלה און צעביסלעך וועט מען בויען נאך בנינים פאר די קהילה און די מוסדות הק' וואס מען וועט מייסד זיין בקרוב, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הנדבן, און פונעם ראש הקהל ר' ישראל וועלץ הי"ו ואתו עמו אלע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן סיי מיטן בויען דעם ביהמ"ד אין סיי אין אנדערע געביטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. נאך די דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, און מכבד געווען מיט ברכת המזון דער נדבן הביהמ"ד הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו. נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר די חסידים תושבי העיר אריבערצוגיין שלום נעמען פונעם רבי'ן שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
























bottom of page