top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסדי ה' כי לא תמנו: האד' מפינסק קארלין רעכט אפ סעודת הילולא פון אביו נאכן אהיימקומען פון שפיטאל

דאנערשטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


גאר גרויס איז געוועהן די התרגשות ביי חסידי פינסק קארלין ווען דעם מאנטאג אווענט בליל ההילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצוק"ל בעל ארחות אהרן, איז אנגעקומען די פרייליכע נייעס אז כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און וועט אפרעכטן די יארצייט טיש צואמרגנס בעצם יומא דהילולא ברוב עם, בהיכל ביהמ"ד הגדול אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים. 


אין די נאכמיטאג שעהן אין טאג פונעם יארצייט איז די רבי ארויף צום ציון הק' אויף א פריוואטער פארנעם מיט די קינדער און משמים בקודש, שפעטער פארנאכטס איז די רבי טאקע אריינגעקומען צום סעודת הילולא וואו די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, משמיע געוועהן דברות קודש און מכבד געוועהן די חשובי וזקני העדה צו דערציילן עובדות און סיפורים פונעם גרויסן בעל ההילולא. ביים טיש איז אויך געפראוועט געווארן די שמחת החאלאקע פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א אייניקל ביי חתנו כ"ק האדמו"ר מטרעבישאן שליט"א.



















Comments


bottom of page