הושע נא ציון המצוינת: נסיעה רוממה דורך האד' מניקלשבורג לקברי אבותיו אין אייראפע
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

כמדי שנה בשנה האט כ''ק האדמו''ר מניקלשבורג שליט''א אונטערגענומען א מסע קודש צום שטאט ניקלשבורג אין טשעכיי פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פון זקינו דער הייליגער רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי''ע לרגל די הילולא קדישא ראש חודש אייר, דאס יאר האט דער רבי צום ערשטן מאל געפראוועט א התרוממות'דיגע שבת אינעם הייליגן שטאט העלישוי, נישט ווייט פון ניקלשבורג, וואו עס איז מקום מנוחת כבודו פונעם הייליגן ש"ך זי"ע, אינאיינעם מיט א שיינעם ציבור אידן וועלכע זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק אין אייראפע מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת.
די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך תזריע טהרה ווען דער רבי מיט די פמליא האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין קראקא פולין פון ווי מען האט ממשיך געווען דעם וועג קיין טשעכיי, דאנערשטאג אוונט האט מען דערגרייכט דעם היסטארישן שטאט העלישוי, וואו מען האט געדאווענט מעריב אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים.
פרייטאג אינדערפרי ראש חודש האט מען געדאווענט שחרית אינעם אור-אלטן ביהכנ"ס פונעם ש"ך זי"ע, און דערנאך איז מען ארויף צום ציון הקדוש וואס איז באקאנט אלס א מקום מסוגל לישועות, דער רבי שליט"א האט משמיע געווען הארציגע דברי התעוררות בקול בוכים, דערמאנענדיג דעם גרויסן כוח פון דעם זיידן דער הייליגער ש"ך בכח תורתו וקדושתו און אויסגעבעטן ישועות פארן גאנצן כלל ישראל.
די תפילות דורכאויס שבת האט מען געדאווענט אינעם היסטארישן שוהל דער בית הכנסת הישן אין שטאט העלישוי, פרייטאג צונאכטס בעפאר קבלת שבת האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי ראובן נתן נטע זילבערשטיין שליט"א אב"ד ישמח משה בראזיל.
ביי די סעודות שבת און די שולחנות הטהורים וואס זענען אפגעראכטן געווארן אינעם בנין הכנסת אורחים, האט מען זיך דערווארימט כאיש אחד ובלב אחד ביי די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט כמעיין המתגבר געגאסן דברי תורה און סיפורי צדיקים איבער זיין הייליגן זיידן דער ר"ר שמעלקא זי"ע, און איבער די קדושת המקום פון דעם שטאט, און די רישומא דקדושא וואס איינגעזאפט מכח תורתו וקדושתו פונעם הייליגן ש"ך. שבת נאכמיטאג האט דעם רבינ'ס איידעם הרה"צ רבי צבי הירש לאנדא שליט''א איבערגעגעבן א שיעור אין פרקי אבות.
ביי שלש סעודות האט די רבי שליט''א משמיע רירנדע דברות קודש בדמעות שליש און מעורר געווען זכותם פון די אבות הצדיקים שרפי מעלה, מוצאי שבת איז געפראוועט געווארן די צענטראלע סעודת הילולא און מלוה מלכה, וואו דער רבי האט מאריך געווען במשנתו הטהורה פונעם גרויסן זיידן דער רבי ר' שמעלקא זי"ע.
זונטאג אינדערפרי נאך שחרית אין העלישוי איז מען ארויסגעפארן קיין ניקלשבורג, וואו מען איז ארויף צום ציון המצוינת לכבוד די הילולא קדישא, וואו די רבי האט ווידער אויפגעטראטן מיט דברי התעוררות איידער אמירת תהילים מיט נחלי דמעות, דערציילנדיג עובדות קודש פונעם הייליגן רבי ר' שמעלקא זי"ע, וואו ער האט געפויעלט ישועות פאר אידישע קינדער אין אלע ענינים בבני חיי ומזוני אין זיך אויסגעבעטן בקול בוכים דער צדיק זאל זיין א מליץ יושר מען זאל קענען אהיימפארן מיט אלע גוטע השפעות.
פון ניקלשבורג האט מען ממשיך געווען קיין פרעשבורג צום ציון הק' פונעם הייליגן חתם סופר זי''ע וצאצאיו הקדושים, און פון דארט אריבער די גרעניץ קיין אונגארין ווי מען איז אנגעקומען כחצות הלילה אור לג' אייר קיין קערעסטיר. נאך מעריב האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת הילולא, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם גרויסן בעל ההילולא הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע. באשמורת הבוקר איז מען ארויף צום ציון הקדוש אין קערעסטיר וואו מען האט מתפלל געווען מיט בכיות ותחנונים ביים ציון המצוינת, און מאנטאג צופרי, נאך שחרית כוותיקין, איז מען ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין בודאפעסט, אהיימפארנדיג מיט פולע באגאזשן ישועות און השפעות טובות.







































תגובות