געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ז
מיטוואך חול המועד סוכות • י''ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

ווי יאר יערליך שטעלט מערכת בחצרות פאר, פאר אונזערע צענדליגער טויזענטער ליינער די געשעענישן פון יאר בחצרות הקודש, די הויפט און צענטראלע געשעענישן, וואס האבן ארומגענומען די חסידישע וועלט דורכאויס שנת תשפ"ו.
אנהייב פונעם פראיעקט שטעלן מיר פאר די הויפט געשעענישן פון יאר וואס האט אריינגענומען די גאנצע חסידישע וועלט בכל מקומות מושבותיהם. נאכדעם ווערן פארגעשטעלט א א רייע צענטראלע געשעענישן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די חסידישע וועלט דורכאויס די יאר, איינגעטיילט לויט קאטגעריעס אויף א הפלאדיגן סדר דבר דבר על אופנו. ארויסגייענדיג פון שנת תשפ"ו, ווערט מיט גאלדענע אותיות דאקומענטירט דאס יאר בעולם החסידות אלס "שנת שלום ואחדות", ווען עס האט זיך אפגעשפילט א רייע דראמאטיש-היסטארישע אנטוויקלונגען להרבות שלום וריעות צווישן איינע פון די סאמע גרעסטע חסידי'שע הויפן, חצרות הקודש סאטמאר, וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט שפאנענדע אינטערעסע אין די גאנצע חסיד'ישע וועלט, ובפרט צווישן רבבות חסידי סאטמאר וואס פאלגן דאס נאך מיט אומבאגרעניצטע פרייד און רירנדע רגשי הלבבות.
די געשעעניש האט איינגענומען דאס געשפרעך פון טאג אומעטום, און איז נישט אראפ פונעם סדר היום אין לויף פון די לעצטע האלבע יאר, נאכאנאנד איז פארגעקומען פרישע גאלדענע שיכטן אין די דראמאטישע איבערלעבעניש פון אומגלויבליכע געמיינזאמע צוזאמענארבעט צווישן ביידע הויפן, באחוה וריעות.
אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט'ן היסטארישן מכתב גלוי לכבוד די 20'סטע הילולא קדישא פונעם רעיא מהימנא קדישא, הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וואו אלע קינדער פונעם רבי'ן, אין שפיץ פון ממשיכי דרכו בקודש, כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, האבן מפרסם געווען אן עפנטליכע ווענדונג צו יעדן וואס האט אין באזיץ חפצי וכתבי קודש פונעם פאטער דער רבי ז"ל, דערונטער חפצי וכתבי קודש פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס דער פאטער איז געווען דערויף דער אויסשליסליכער יורש דאורייתא, זאל עס צוריקברענגען ביז דעם קומענדיגן ל"ג בעומר צו די יורשי דאורייתא.
אין די נאכפאלגנדע וואכן איז אפגעהאלטן געווארן א רייע זיצונגען און געשפרעכן צווישן פארמיטלער און שלוחים נאמנים פון האחים האדמורי"ם מסאטמאר, וועלכע זענען געשטעלט געווארן אז פאר זיי וועלן אלע חפצים אומגעקערט ווערן, און איינמאל אלע חפצים זענען צוריקגעקומען וועט אפגעהאלטן ווערן די "חלוקת הירושה", מיט א געמיינזאמע פארשטענדעניש און מיטארבעט פון אלע קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל.

באזונדער איז פערזענליך אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, דער דינאמישער איש חי ורב שלום הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, זון פון משב"ק אדמור"י סאטמאר, הרה"ח ר' משה פריעדמאן. ר' ליפא, וועלכער שטייט אונטער דעם גאנצן פראיעקט, האט זיך פערזענליך געטראפן מערערע מאל מיט די משמשים בקודש און עסקנים פון ביידע הויפן, און באזונדער מיט די ראשי עם קודש, האחים האדמורי"ם שליט"א, וואס יעדע באגעגעניש באזונדער איז פון פריש נאכגעפאלגט מיט שפאנונג דורך די רבבות חסידים פון ביידע הויפן.
דער לאנג ערווארטעטער טאג איז אנגעקומען, דאנערשטאג פר' נשא, ווען נאך-צוויי צענדליג יארן אחר פטירתו פונעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע, איז ענדגילטיג צעטיילט געווארן די הייליגע אומשאצבארע ירושה בסדר יפה אף נעים, צווישן די בני משפחת המלוכה.
די צעטיילונג איז פארגעקומען אין מאנסי, אין ווילא פונעם עומד בראש החלוקה, ר' ליפא פריעדמאן, שטייענדיג דאן געציילטע מעת לעת פון דער שמחה בביתו, די חתונה פון זיין עלטסטע טאכטער למזל טוב.
די חפצי קודש, כתבי יד און ספרים זענען צעטיילט ווערן "בשוה" צווישן די פיר קינדער, לויט ווי דער רבי זצ"ל האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אין די צוואה, און דאס איז אויסגעפירט געווארן מיט א געוואלדיגע פינקטליכקייט ווען עס איז צאמגעשטעלט געווארן ׳פיר פעקלעך׳ וואס זענען געווען אינגאנצן אויסגעגליכן סיי אינעם געלט ווערט און סיי אין די רוחניות׳דיגע און היסטארישע חשיבות.
צווישן די מערסט-היסטארישע חפצי הירושה איז געווען די הייליגע פאר תפילין פונעם קדושת יום טוב וואס איז געפאלן בגורלו פון האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א), און דער היסטארישער בריוו פונעם הייליגן דברי חיים זי''ע וואס איז געפאלן בגורלו צו האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י).
פארכטיגע מאמענטן איז געווען שוין צומארגנס, בחדרו הפרטי פון האדמו"ר מסאטמאר אין ישיבה גדולה קרית יואל, ווען דער רבי האט מיט א חרדת קודש אנגעטון צום ערשטן מאל די תפילין פונעם קדושת יו"ט, און דער רבי לייגט דאס זינט דאן מדי יום ביומו.
אין די טעג דערנאך איז ווידער געווען נייעס, ווען האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) האט ערהאלטן א זעלטענע תפילה ישרה סידור וואס אביו דער ברך משה האט אים געשאנקען לכבוד זיין בר מצוה מיט אריבער א יובל יארן צוריק, איינגעקריצט מיט דעם רבי'נס נאמען אויפ'ן סידור.

דער סידור האט זיך געפונען אלע יארן בביתו נאווה קודש פונעם ברך משה, און איז נעלם געווארן נאך זיין הסתלקות אינאיינעם מיט נאך פילע חפצים, און יעצט נאכדעם מכתב בקשה ואזהרה פון אלע קינדער פונעם ברך משה, איז דער סידור אנגעקומען צום גדול האחים האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל, דער רבי האט נישט געטראכט קיין צוויי און האט תיכף מקיים געווען דעם השבת אבידה לבעליה און געשיקט דעם סידור צו הנגיד רבי ליפא פריעדמאן, ער זאל עס צוריקברענגען לידי אחיו האדמו"ר מסאטמאר קיין וויליאמסבורג.
אין ברען פון די דראמאטישע טעג ביי חסידי סאטמאר, האט דער עומד בראש החלוקה, הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, געפירט זיין עלטסטע טאכטער אונטער דער חופה, און די חתונה איז פארוואנדלט געווארן אלס א פרישע געלעגנהייט פון אהבה ואחוה, ווען עס האבן זיך דערביי באטייליגט פילע רבנים ועסקנים פון ביידע סאטמארע הויפן, לאות הכרת הטוב פאר'ן בעל שמחה פאר זיינע אימערמידליכע לייסטונגען אין דעם היסטארישן פראיעקט.
באזונדער איז דאן געבראכן געווארן היסטאריע אין די עזרת נשים, ווען עס האט זיך באטייליגט די הויכגעשעצטע רביצין הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א א"ח כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), וועלכע האט זיך מטריח געווען צו קומען צו פארן און פערזענליך באשיינען די שמחה, לכבודו פונעם בעל שמחה ר' ליפא און זיין פאטער ר' משה, וועלכע האבן דערביי מקבל געווען פון די הארציגע ברכות פון די רביצין וועלכע איז ספעציעל צוגעקומען צו די מחיצה איבערגעבן די ווארעמע ברכות.
אין די זעלבע נאכט, ביי די חתונה פון אן אייניקל ביי הגה"צ אב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, איז ווייטער געשנירט געווארן די אהבה וידידות צווישן די משפחת המלוכה, ווען עס האט זיך פארמירט א רירנדע מחול לצדיקים צווישן הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א אינאיינעם הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, און הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

עטליכע וואכן דערויף איז אפגעהאלטן געווארן די צווייטע פאזע פון חלוקת הירושה, ווען עס צעטיילט געווארן די ווערדפולע אוצר פון אלע "צירונג" פון די ירושה, אייניג צעטיילט פאר אלע דריי טעכטער, משפחת הגה"צ אב"ד סאטמאר בארא פארק, הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטרעאל, און הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי.
לעת צאת השנה, אין חודש אלול איז אפגעהאלטן געווארן די דריטע פאזע, ווען עס איז אפגעהאלטן געווארן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הונדערטער כלי כסף וכל זהב וואס איז אייניג צעטיילט ווערן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער.
אין א ווייטערדיגע דראמאטישע געשעעניש האט זיך אפגעשפילט היסטאריע ביים היסטארישן באזוך פון אדמורי"ם ורבנים אינעם ווייסן הויז דעם פארלאפענעם מיטוואך נצבים וילך, ווען עס איז פארווירקליכט געווארן דער 'תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם', וישאלו איש לרעהו לשלום, א רירנדע מחזה איז געווען ווען כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א האבן זיך שלום געגעבן און דורש געווען איינער דעם צווייטן בשלום אחיו באהבה וריעות, און באזונדער איז געווען היסטארישע די מאמענט ווען האדמו"ר מסאטמאר האט זיך פריינטליך באגריסט מיט'ן משב"ק אדמור"י סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן.

די סעריע געשעענישן האט ווירקליך אפגעצייכנט א היסטארישע דורכברוך אין די גאלדענע קורות הימים למלכות בית סאטמאר, ברענגענדיג דירעקטע פריידיגע נאכפאלגן בעולם החסידות, ובפרט אינערהאלב בית תולדות אהרן, ווען עס איז נאך 30 יאר פונעם הסתלקות פונעם רעיא מהימנא הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זי"ע, איז אנגעקומען איבער 100 זעלטן-היסטארישע ספרים מבית גנזיו, צום גדול האחים כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און וועט בקרוב הימים צעטיילט געווארן אייניג שוה בשוה צווישן אלע קינדער.

די צווייטע הויפט געשעעניש בעולם החסידות בשנת תשפ"ו איז געוויס די זעלטן היסטארישע באזוך וואס איז אפגעהאלטן געווארן בצאת השנה, דאנערשטאג פר' נצבים וילך, דורך די מנהיגי העדה גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות ביים הויכגעשעצטן אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ יר"ה בבית המלוכה אין ווייסן הויז, א געשעעניש וואס האט איינגענומען דאס געשפרעך פון טאג בכל קצוי ארץ און האט געשלאגן טיפע ווארצלען אין שתדלנות פאר'ן אמעריקאנעם אידנטום און איבער די גאנצע וועלט.
די נייעס איבער'ן באזוך איז באקאנט געווארן בלויז איין וואך פריער, ווען א אידישער פארשטייער פון ווייסן הויז האט זיך פערזענליך פארבינדן מיט די אדמורי"ם לאדענען צום באזוך, ווערנדיג אויפגענומען מיט איבערראשנדע געפילן אומעטום.
עס זענען געלאדנט געווארן כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית גבוה לעיקוואד.
מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז באשטעטיגט געווארן אז דער רבי שליט"א איז נישט בכח אונטערצונעמען די רייזע קיין וואשינגטאן, און ער שיקט בשליחת קדשו בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א.
די אידישע גאס איז אריבער דראמאטישע טעג נאכפאלגנדיג מיט הייסע שפאנונג די נאכאנאנדע אנטוויקלונגען לקראת דעם היסטארישן באזוך.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט ביים טיש פרייטאג צונאכטס מיט די תלמידי הישיבה אין קרית יואל אדרעסירט די איינלאדענונג און פארבעטן די בחורים נישט צו זיין אריינגעטון אין די נייעס, נאר אויסנוצן די לעצטע טעג פון זמן בלימוד הסוגיא.
וואס א טאג נענטער האבן זיך אויסגעקלארט די דעטאלן ארום די מלכות'דיגע אוידענץ, און אידישע קינדער בכל מקום שהם האבן הייס מתפלל געווען אז די עיני העדה רועי ישראל זאלן נושא חן זיין ביים מלך און די שתדלנות זאלן עושה פירות זיין לטובת הכלל והפרט.
אויף די פראנט-ליניעס פון עסקנות ביים אמעריקאנעם אידנטום האט זיך געקאכט מיט'ן אהערשטעלן די פריאריטעטן פון צרכי עמך ישראל מרובים און דברים העומדים על הפרק וואס זאל פארגעלייגט ווערן פאר'ן פרעזידענט ביי אט די גורל'דיגע זיצונג.
בבתי האדמורי"ם שליט"א האט זיך גערוישט מיט העפטיגע הכנות, זייענדיג לאות ולמופת ביים גאנצן יהדות צוקוקנדיג ווי אזוי די אדמורי"ם רייסן זיך אוועק אין די סאמע פארנומסטע טעג אין יאר, אוועקגעבנדיג אזויפיל צייט און מסירת נפש'דיגע עבודת הקודש זיך צוצוגרייטן צום באזוך און פארלייגן די בקשות פאר'ן פרעזידענט.
דאנערשטאג אין טאג פונעם באזוך האבן די אדמורי"ם געדאוונט אין א פריערע שעה און זיך תיכף נאכ'ן דאווענען ארויסגעלאזט מיט פריוואטע פליגערס קיין וואשינגטאן.
צוזאמען מיט די אדמורי"ם זענען מיטגעקומען איינער פון די קינדער, און אויך משמשים בקודש, און אויך די ראשי עסקנים פון די חצרות הקודש.

אנקומענדיג אין ווייסן הויז איז צוערשט פארגעקומען א זיצונג מיט'ן וויצע פרעזידענט און מיט'ן פרעזידענט'ס אידישן איידעם דזשעראד קושנער, און נאך הויכראנגיגע באאמטע אין די טראמפ אדמיניסטראציע.
עס איז דערביי פארגעלייגט געווארן קריטישע בקשות אין די נושאים פון פדיון שבוים, האוזינג, סעקשאן 8, און נאך אנדערע רעגירונגס הילף פראגראמען, בתי חיים אין אייראפע, מאימאנעדיס שפיטאל, וואסער געברויך פון קרית יואל, און נאך.
נאך די זיצונג איז האדמו"ר מסאטמאר מהר"א אריין צום פרעזידענט אויף א פריוואטע אוידענץ פון ארום 10 מינוט, פארלייגנדיג דער נושא פון גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל, און איבער פדיון שבוים, און דערביי איבערגעגעבן א בריוו וואו די בקשות ווערן דעטאלירט.
מיט'ן פאסיגן כבוד מלכות זענען די אדמורי"ם דאן ערשינען לפני המלך, און האבן זיך געזעצט אויף די באשטימטע פלעצער אויף די רייע בענקלעך קעגן איבער דעם פרעזידענט.
האדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט פארגעזאגט ברכת "הנותן תשועה למלכים", און דערנאך איז אריין אין שוואונג די היסטארישע זיצונג, ווען עס איז אויפגעברענגט געווארן א רייע וויכטיגע נושאים פאר'ן וואוילזיין פון די אידישע געמיינדע.

הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א האט איבערגעגעבן א בריוו פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א האט איבערגעגעבן א בריוו וואו ער בעט דעם פרעזידענט'ס הילף אנבאלאנגט דעם ביטערן גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל, אויף וואס עס האבן גע'חתמ'ט אלע אנוועזנדע רבנים.
ביים ארויסגיין האט דער פרעזידענט פארטיילט פרעזידענטליכע מטבעות פאר די רבנים און עסקנים.
די אדמורי"ם האבן זיך געוואונטשן צווישן זיך בברכת השנים, און מ'האט פארלאזט דעם ווייסן הויז.
מיט דעם האט זיך געשלאסן א היסטארישער קאפיטל פון שתדלנות פון יהדות אמעריקע בבית המלכות, וואס איז געווען ווי א המשך פון א רייע ווייטגרייכנדע דורכברוכן וואס האט זיך אפגעשפילט אין לויף פונעם יאר אין פראנט פון שתדלנות ביי די שרים ורוזנים אין אמעריקע, און ספעציפיש אין ניו יארק.
אינמיטן זומער איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפה איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואו עס האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מסאטמאר און וויזניץ מאנסי, אינאיינעם מיט'ן קאנגרעסמאן פון אפסטעיט ניו יארק מייק לאולער, דער סקווירער רבי האט דאן געבעטן מזאל נישט שניידן די רעגרונס שטיצע פאר לומדי הכוללים אין ניו יארק, דער אסיפה האט עושה רושם געווען און גבערעגנט די געוואונטשענע רעזאלטאטן און די געלטער זענען בס"ד נישט פארמינערט געווארן.

אונטערן רוף פון "צו השעה" האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א צום ערשטן מאל פערזענליך אפגעגעבן זיין שטימע אין בארא פארק צוליב די קריטישע שטאטישע מעיאראל וואלן.
דער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך דעם רבי'ן און די ראשי הקהילה.
פריער אין יאר, ביי די ריזיגע מעמדי כ"א כסליו אין הויפן פון סאטמאר האט פרעזידענט טראמפ אפגעשיקט פערזענליכע קעניגליכע בריוו צו באגריסן דעם מעמד.
ווי אויך האט ער אפגעשיקט א פערזענליכן בריוו צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א לכבוד דעם היסטארישן חנוכת הבית פונעם נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק.
דער אידישער לעיזאן צום פרעזידענט איז אנגעקומען מנחם אבל זיין האדמו"ר מסקווירא שליט"א דורכאויס די שבעה נאך אחותו די ראחמיסטריווקא רביצין ע"ה, בעת דער זעלבער לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ, מר מארטין מארקס, האט אויך אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל.


אין דער זעלבער צייט זענען די פאליטישע פראנטן אין ניו יארק כסדר דורכגעפלאכטן געווארן מיט ביקורי קודש ביי די צדיקים, ווען דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי האט באזוכט ביי האדמו"ר מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן, א באזוך וואס איז אויך אפגעשטאט געווארן דורך קאנגרעסמאן פעט רייען אינעם רבינ'ס פריוואטן צימער.
א באזונדערע וויכטיגע דיפלאמאטישע דערגרייכונג פאר די מוסדות התורה אין ניו יארק איז באשטעטיגט געווארן נאך א דרינגענדע זיצונג וואס די גדולי האדמורי"ם האבן אפגעהאלטן מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער דורכצופירן גינסטיגע שריט לטובת די חינוך אינסטיטוציעס.
אריבער דעם אטלאנטיק, בארץ הקודש, איז אפגעהאלטן געווארן א מערקווירדיגע דראמאטישע אפשטאט דורכ'ן ארגענטינער פרעזידענט חאוויער מילעי בהיכל ישיבת חברון אין ירושלים, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך די ראשי ישיבה, קומענדיג נאכדעם וואס דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א האט אים אנהייב יאר פערזענליך באזוכט אין זיין קעניגליכן פאלאץ אין בוענאס איירעס, ארגענטינע.

איבער אלעם שטייט אויפ'ן שפיץ פון די שנת שתדלנות דער היסטארישער אדמורי"ם באזוך ביים פרעזידענט, וואס האט געשלאסן דאס יאר מיט א גינסטיגע רגש פון "תכלה שנה וברכותי'" ווען אינעם מלכות של חסד איז דורכגעפירט געווארן אזא זעלטענע געשעעניש וואס ווערט פארצייכנט מיט גאלדענע אותיות אין היסטאריע פון כלל ישראל.
דער באזוך איז פאסיג אויסגענוצט געווארן דורך די גדולי המגידים און רבנים אומעטום וועלכע האבן אויסגענוצט זייערע דרשות הכנה צו די ימי הרחמים והרצון, מיט'ן ארויסברענגען דעם מוסר השכל און התעוררות צו די פארכטיגע זמנים ווען כל באי עולם עוברים לפניך כבני מרון, און יעדער איד האט די זכי' צו שטיין פאר'ן מלך מלכי המלכים, און בעט זיך אויס א גוט יאר.
נאך א יאר איז פאריבער מיט עטליכע אנגעצויגענע תקופות פאר תושבי ארה"ק, וועלכע האבן געלעבט אין פחד אונטערן שאטן פון די מלחמה צווישן איראן מיט מדינת ישראל און אמעריקא. מיסל'ס זענען געפלויגן פון אלע זייטן, סירענעס האבן געהאלטן און איין פייפן, אבער "הנה לא ינום ולא יישן" עס האט זיך באשיינפערליך ארויסגעווין די יד ה' מיט אפענע ניסים למעלה מדרך הטבע אין פילע אספעקטן. גלייכצייטיג האט דער מלחמה-צושטאנד געברענגט פילע שינויים און חידושים בחצרות הקודש.
איינע פון די סאמע דראמאטישסטע מאמענטן פונעם יאר האט פאסירט אין עיר הקודש ירושלים, ווען א שטיק שראפנעל פון אן איראנער מיסיל האט דירעקט באטראפן דעם היכל פונעם באיאנער קלויז הגדול. דער שראפנעל האט דורכגעלעכערט דעם דאך פונקט צווישן דעם נייעם און אלטן פליגל פונעם ביהמ"ד, אין א צייט וואס דער היכל איז שוין געווען פולשטענדיג צוגעגרייט צו די גרויסארטיגע חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א. בניסי נסים זענען די פילע לומדי תורה, וועלכע זענען געווען אינעם ביהמ"ד ביים הערן די סירענעס, געלאפן אין די שעלטערס געציילטע מינוטן בעפאר, און עס זענען ב"ה נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס.
נאכדעם וואס די פאליציי האט פארשלאסן דעם ביהמ"ד צוליב זיכערהייט-זארגן, איז אנטשטאנען א פראגע וואו אריבערצופירן די ריזן חתונה מיט די טויזנטער משתתפים. דא האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד פון אהבה וריעות, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט מיט א זעלטענער ברייטהארציגקייט געשאנקען דעם "גרויסן שטוב" אינעם צענטראלן בעלזער ביהמ"ד פאר די שמחה. דער בעלזער רב האט געהייסן די עסקנים עס באהאנדלען כאילו עס וואלט געווען א בעלזער שמחה, צושטעלנדיג אלע זאלן, די "מראות הקודש" אפיס, און די השגחה פון "מחזיקי הדת" אן קיין שום תשלום גמול. א באזונדערע התרגשות האט געהערשט ווען בשעת די חתונה זעלבסט איז דער באיאנער רבי שליט"א אריבער למעון קדשו פונעם בעלזער רב אויף א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, אים צו דאנקען פאר די אויסערגעווענליכע הכנסת אורחים בעת צר. באזונדער האט חצר הקודש ראחמיסטריווקא צוגעשטעלט דעם היכל הטישן פאר די שמחת החתן-מאל א נאכט בעפאר די חתונה, חינם אין כסף.

נאך א פאל פון אהבה וריעות אין שאטן פון די מלחמה, איז געווען ווען כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט צוגעשטעלט בנדבת לבו דעם היכל ביהמ"ד הגדול אין גבעת זאב אלס אכסניא פאר די שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וואס האט געזאלט פארקומען אין ביתר און האט נישט געקענט דארט פארקומען צוליב די מלחמה צושטאנד.

אויך איז אין אן ערשטמאליגע שריט אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש גור א בחינה אין 'מזומנים' דורכן טעלעפאן, כדי צו פארמיידן א גרעסערע פארזאמלונג אין א צייט פון מלחמה.
איינס פון די שווערסטע סצענעס פון די מלחמה צווישן איראן און מדינת ישראל, איז געווען די שוידערליכע אטאקע אין שטאט ערד, וואו אן איראנער מיסיל האט אראפגעקראכט אין הארץ פונעם באוואוינטן געגנט דחסידי גור אויף די שמעון גאס. די ברוכווארג האט פאראורזאכט שווערע שאדנס פאר ארומיגע בנינים, איבערלאזנדיג צענדליגער פאמיליעס אן א דאך איבערן קאפ און פירנדיג צו צענדליגער פארוואונדעטע, אריינגערעכנט קליינע קינדער. די אטאקע איז בחסדי שמים געווען אין א בחינה פון 'שפך חמתו על עצים ואבנים' בלויז מיט שווערע שאדנס פאר בנינים, השם נפשינו בחיים, אן קיין שום פאטאלע געשענישן, און אפילו די צענדליגע פארוואנדעטע האבן קורצליך דערויף זיך ארויסדערזען פונעם מצב סכנה, עפעס וואס האט זיך געקענט אויסלאזן פיל ערגער רח"ל, און נאר א אפענע יד ה' האט זיי אפגעהיטן ברוב רחמיו וחסדיו.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט זיך תיכף נאך די אטאקע אריינגעלייגט צו ראטעווען די היימישע משפחות וואס זענען געבליבן אן קיין דאך איבערן קאפ.

תיכף נאך די אטאקע איז דער רבי'נס זון, הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א, ארויסגעפארן קיין ערד בשליחות הקודש, זיך אומצוקוקן אויף די חורבנות און באזוכן די פארוואונדעטע אין שפיטאל. אויפן פערזענליכן איניציאטיוו פונעם רבי'ן איז אויפגעשטעלט געווארן דער "קרן להצלת המשפחות בערד", וואו נגידי וחסידי גור איבער דער גאנצער וועלט האבן זיך צוזאמענגענומען אויפצוטרייבן מיליאנען דאלארן אוועקצושטעלן די באטראפענע משפחות אויף די פיס. אין גאר א גרויסע דערגרייכונג איז אדורכגעפירט געווארן ווען די קהילה האט אפגעקויפט א גאנצע נייע זיבן-שטאקיגע געביידע אויף די אתרוג גאס צו פלאצירן די היימלאזע משפחות, צוגעשטעלט מיט באמבע-שעלטערס און אלע נויטיגע צרכי יום טוב, האלטענדיג דאן סמוך ונראה צום יום טוב פסח.
דער יום טוב ל"ג בעומר שנת תשפ"ו איז אפגעראכטן געווארן אויף א זעלטענעם אופן, נאכדעם וואס די רעגירונג האט אפיציעל אפגערופן די הילולא אין מירון צוליב זיכערהייט-זארגן פונעם פראנט. אבער דאס האט נישט אפגעשטעלט רבבות אלפי ישראל, וועלכע האבן מיט אן אומבאגרייפליכער מסירות נפש געקלעטערט דורך די וועלדער און מערות צורים שעה'ן לאנג צו קענען אנקומען צום תנא אלוקי. כאטש די אפיציעלע הדלקות זענען אפגערופן געווארן, האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אנגעהאלטן חזקת אבותיו און אנגעצינדן די מדורה פאר אן ענגע צאל חסידים. נאך א רייע אדמורי"ם זענען אויך אנגעקומען מתפלל זיין לישועת הכלל.

בחוצות ירושלים האט זיך אפגעשפילט א מחזה הוד, ווען די שפע חיים גאס איז פארוואנדלט געווארן אין א "מעין מירון" ביי די הדלקה אדירה פונעם משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. א געשאצטע דרייסיג טויזנט אידן האבן איבערגעפילט די גאסן מיטהאלטנדיג דעם "לילה כיום יאיר", א מחזה וואס איז נאך נישט געזען געווארן, פלאמענדיג מיט אש קודש פאר לאנגע שעה'ן, באזונדער איז אפגעראכטן געווארן א ערשטמאליגע הדלקה אין שטאט ביתר אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א במעמד אלפי תושבי העיר.

דאס יאר שנת תשפ"ו האט זיך געשלאסן אלס א שווערע יאר, א יאר פון רדיפת הדת אויף אחינו בני ישראל דרי ארה"ק מיט די ביטערע גזירת הגיוס, אבער אנדערש ווי די לעצטע פאר יאר, איז היי יאר שוין דער ציבור געווען 'מלומד במלחמה', נאכדעם וואס די פארשווערטע גזירת הגיוס, זינט די בג"ץ האט מבטל געווען די פריערדיגע חק הגיוס, גייט שוין אן איבער צוויי אהאלב יאר, און דערווייל זעט מען נישט קיין ליכטיגקייט פונעם טונעל.
מצד השני איז אריבער א יאר פיל מיט גבורות הנפש על קיום היהדות אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס, א יאר פון אומבויגזאמע מלחמות כבידות למען כבוד שמו יתברך, אין די צייט ווען די ציוני'סטישע פאליציי האבן אנגעהויבן מיט נאכאנאנדע רדיפת הדת מיט פאקטישע ארעסטן אויף בחורי ואברכי ישראל עפעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געזען בעפאר, זה לעומת זה, זענען פארגעקומען היסטארישע גרעסערע עצרות דורך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, סיי גרעסערע עצרת זעקה בחוצות וברחובות בארץ ובגולה, און סיי פארנט פון די מיליטערישע תפיסות ווי די אסירי ישראל זענען געזעצן איינגעשפארט, און באזונדער גרעסערע היסטארישע אסיפות הרבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, אלס מיט איין ציל להרעיש תבל ומלואה קעגן די פינסטערע גזירה האיומה, אקעגן די שונאי ועוקרי הדת, אקעגן די שלטון הרשע וועלכע האבן איין ציל לעקור את הכל, ולעשות ככל הגוים בית ישראל היל"ת.
דער שטורמישער יאר האט זיך אנגעהויבן מיט אן אומגעהויערע מאביליזאציע לקראת די היסטארישע "עצרת המיליאן" בחוצות ירושלים, אום חודש חשון, וואס ווערט זעלבסט פארעכנט אלס איינס פון די גרעסטע געשענישן פון יאר, וואו א געשאצטע האלב מיליאן אידן האבן באלאגערט די הויפט גאסן פון ירושלים, אין שפיץ פון צענדליגע גדולי ומאורי הדור פון אלע שיכטן און קרייזן. רבבות אלפי ישראל האבן אויסגעשריגן פה אחד קבלת עול מלכות שמים, מיט דער פעסטער שטעלונג אז "תורה היא חיינו" און מיר וועלן נישט פארקריכן פונעם דרך המסורה בשום אופן.

באזונדער איז פארגעקומען אין ירושלים די עצרת "קול שוועתם", וואו צענדליגער טויזנטער אידן האבן איבערגעפילט די גאסן פון ירמיהו און בר אילן, שטייענדיג פעסט קעגן יעדן סארט פשרה און אויסשרייענדיג דעם וויי-געשריי אז "נשמות ישראל אינעם הפקר" און מען וועט נישט מוותר זיין אויף קיין איין אידישע נשמה, אפגעזען זיין אידישקייט סטאטוס, צו ער איז יא בן ישיבה אדער נישט. דאס איז געקומען נאכפאלגנדיג א היסטארישע "אסיפת הרבנים" אין ירושלים, וואו א הערליכע גאלעריע פון גדולי ישראל, אדמורי"ם און משפיעים זענען זיך צוזאמגעקומען אינעם וויזניצער זאל אויף רחוב נחמיה, ווען ביים שלוס פונעם מעמד איז פראקלאמירט געווארן די מאסיווע מחאה אדירה.

ליידער האט די מחאה געקאסט א גרויסע אבידה מיט די טראגישע אומקום פון הב' יוסף אייזנטאל ע"ה וועלכע איז פריצייטיג נפטר געווארן ווען א באס מיט א צעלאזטע אראבישע דרייווער האט אים ווילדערהייט אראפגעקלאפט בשעת די עצרות מחאה.
די זעלבע פאל האט זיך ליידער איבערגעשפילט מיט עטליכע וואכן שפעטער, ביי א מחאה אין שטעטל קוממיות, אקעגן ניתוחי מתים, ווי אויפן וועג צוריק פון די מחאה האט א באס דרייווער, א פרייער שונא הדת, דירעקט אראפגעקלאפט הב' נפתלי צבי קרעמער הי"ד מחשובי תלמידי ישיבת סאטמאר אין קוממיות, וועלכער איז אומגעקומען אויפן ארט.
נישט נאר אין ארץ ישראל, נאר דאס גאנצע אידנטום האט מיטגעציטערט מיט דעם וויי-געשריי, ווען מאסן עצרות זענען אפגעהאלטן געווארן איבער די גאנצע וועלט, בראש וראשון די מאסיווע דעמאנסטראציע אין מאנהעטן פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט אין שפיץ פון די גדולי האדמורי"ם שליט"א מיט די השתתפות פון טויזנטער טויזנטער אידן אין שפיץ פון כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און נאך גדולי הרבנים, ווי מען האט אויסגעשריגן דעם זעקת בני ישראל אז קיין שום אידיש נפש וועט נישט אריינפאלן אין מיליטער. נאכגעפאלגט מיט א ריזן מחאה אין עיר הבירה לאנדאן, וואו טויזנטער אידן זענען ארויס פארנט פונעם קאנסולאט אויסצודריקן סאלידאריטעט מיט די אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, א גרויסע מעמד זעקת הגולה ברחובות לעיקוואד, און א עצרת מחאה אין מאנטריאל בראשות רבני העיר.

דורכאויס דעם יאר האבן די מנהיגי עולם התורה געארבעט אומערמידליך, פירנדיג א רייע קריטישע אסיפות און דרינגענדע באראטונגען, וואו מען איז געקומען צו א פאראייניגטע החלטה ודעת תורה אז מען וועט נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אדער סאנקציעס וואס זענען געצילט צו שוועכן דעם כוח התורה. א זעלטענער און היסטארישער מאמענט אין די פאליטישע ארענע איז געווען ווען די מנהיגי עולם התורה האבן ארויסגעגעבן א דראמאטישע הוראה פאר די חרדישע פארשטייער צו פארלאזן די רעגירונג קאאליציע, צייגנדיג פאר דער וועלט אז דער כבוד פון די תורה שטייט העכער פון אלע פאליטישע חשבונות און אינטערעסן.

די "אסירי ציון" זענען געווארן די לעבעדיגע סימבאלן פון די אומבויגזאמע מסירות נפש פונעם פרישן דור, וואס זענען געווען גרייט אפצוזיצן וואכן און חדשים הינטער די גראטעס, אבי נישט נכנע צו זיין פאר די רעגירונג אינסטאנצן. צווישן די באקאנטע העלדן איז געווען האברך החשוב הרב אלעזר צדוק קויפמאן הי"ו, וועלכער האט געשמאכטעט אין טורמע פאר איבער 130 טעג, און דער יונגערמאן הרב אריה מרדכי ראבינאוויטש, אן אייניקל פון האדמו"ר ממשכנות הרועים, וואס איז געזעסן קרוב צו הונדערט טעג פארן איינציגן "חטא" פון אויספאלגן דעם דעת תורה. די יונגעלייט און בחורים זענען דורכגעגאנגען שווערע פייניגונגען און איזאלירטע אומשטענדן, אבער האבן זיך געהאלטן פעלזן פעסט, נישט וועלנדיג אנטון די בגדי הצבא אדער איינגיין אין יעדן סארט קאאפעראציע מיט די מיליטערישע תפיסות.

ווען די צאל ארעסטן האבן זיך ליידער געהויבן אויף העכערע שטאפלען, האבן די עסקנים אונטערגענומען א פרישער מהלך, נעמליך א מאסן פיקעטינג מיט הונדערטער קארן אויף די הויפט שאסייען וואס פירן צום מיליטערישן טורמע "כלא 10", אפשטעלנדיג דעם פארקער פאר לענגערע שעה'ן.

דער הויכפונקט פון די מחאות איז געווען די היסטארישע ערשיינונג ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז פערזענליך ארויסגעקומען בראש קהל חסידיו צו צוויי ריזיגע עצרות מחאה פארנט פון די תפיסה ווענט, וואו א געשאצטע צען טויזנט גערער חסידים האבן באלאגערט די געגנט פון בית לוד, אויסשרייענדיג א קלארן וויי-געשריי קעגן די רדיפות הדת, אויך חסידי צאנז האבן זיך פארזאמלט בהמוניהם אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א נאך די אררעסט פון צוויי בנן של קדושים חסידי צאנז, און אויסגעשריגן דעם ווייטאג פונעם גאנצן יהדות החרדית. חסידי וויזניץ האבן זיך צוזאמגענומען אויף א סדר לימוד פארנט פון איינער פון די הויפט געריכט הייזער פונעם בג"ץ, ארויסצוצייגן אונזער שטייפע שטעלונג אקעגן די עלבון התורה.

יעדער באפרייאונג פונעם טורמע איז פארוואנדלט געווארן אין א יום טוב פארן היימישן ציבור, און גראנדיעזע מעמדי קבלת פנים זענען אפגעראכטן געווארן איבער די גאסן, וואו די באפרייטע אסירי ציון זענען אויפגענומען געווארן מיט פאראדעס ווי חתנים ביום חתונתם, און די גדולי הדור זעלבסט האבן זיך מטריח געווען בטילטולא דגברא רבא צו באשיינען די מעמדים.
באזונדער האבן די סאטמארע הויפן פארטיילט ריזיגע סכומים פאר די משפחות פון די אסירי ציון, כדי ארויסצווייזן די טיפע שטיצע און אנערקענונג פאר זייער מסירות נפש.
גלייכצייטיג, צוליב דעם וואס די ציוני'סטישע רעגירונג האט דראסטיש אפגעשניטן די בודזשעטן, האבן זיך אנגעצינדן די מסעות הגדולים פון די זקני ומאורי הדור, וועלכע האבן מכתת רגליהם געווען איבער די גאנצע וועלט – פון דרום אמעריקע ביז די פאראייניגטע שטאטן און אייראפע – כדי אויפצוטרייבן אסטראנאמישע סכומים פארן "קרן עולם התורה" און פארזיכערן דעם עקזיסטענץ פון די ישיבות הקדושות.

א מאמענט וואס האט ארויסגערופן א כוואליע פון שאק און שוידער ביי אידן איבער די גאנצע וועלט, איז געווען ווען עס איז באקאנט געווארן אז לינקע ארגאניזאציעס האבן אריינגעגעבן א שוידערליכע געריכט קלאגע קעגן דעם פוסק הדור מרן הגר"מ שטערנבוך שליט"א און נאך גדולי ישראל. זייער "חטא" איז געווען דאס וואס זיי האבן מיט גבורה ארויסגעטרעטן בשער בת רבים קעגן גיוס חרדים, אבער דער גאון זעלבסט האט רעאגירט מיט א זעלטענע אומבויגזאמקייט, דערקלערנדיג אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש און וועט נישט נאכגעבן קיין זיז כל שהיא.
דורכאויס דעם יאר האבן די גדולי הדור אוועקגעשטעלט פעסטע גדרים ווי אזוי די מערכה דארף געפירט ווערן, צווישן זיי איז געווען דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכער האט פארעפנטליכט א זעלטענעם שארפן בריוו, וואו ער האט קלארגעשטעלט אז מען טאר נישט פארהאנדלען אדער מאכן קיין שום פשרה וואס וועט אפילו נאר אין טייל עפענען א פתח פארן גיוס. אן ענליכע שארפע מחאה איז געהערט געווארן מצד הגרא"י סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, קעגן די אפשטימונגען אינעם כנסת, הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י האט אויסגעדריקט זיין התנגדות, אז דער פארהאנדלונג איבערן "חק הגיוס" איז געבינדן טיפשות מיט רשעות, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א האט דורכאויס דעם יאר משמיע געווען גאר שארפע דיבורים קעגן יעדן סארט פשרה, און אפילו איבערגעגעבן א לענגערע שמועס פאר די 'משפחה' מאגאזין אקעגן די פשרות און אז מען טאר נישט מותר זיין אויף קיין שום נפש מישראל, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י האט ביים סעודת הודאה כ"א כסלו געלאזט הערן גאר שארפע דיבורים פארהאלטענדיג געוויסע תורה־אויטאריטעטן וועלכע האבן אפילו א הוא אמינא אריינצוקלערן איבער אהערשטעלן א חק הגיוס מיט פשרות אויף נשמות מישראל.
גלייכצייטיג האט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א ארויסגעגעבן א שארפן איסור פאר בחורים זיך צו באטייליגן ביי הפגנות וואס זענען נישט גערופן געווארן דורך גדולי ישראל, אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א געלאזט הערן זיין קענגנזייטיגע שטעלונג איבער צעלאזטע אומ'אחריות'דיגע הפגנות, וואס האט שוין אינעם עבר צוגעפירט צו אומגליקן רח"ל.
חסדי ה' אזכיר תהלות ה', מיט אן הודאה על העבר ובקשה על העתיד, וכל החיים יודוך סלה, דאנקט מען און לויבט מען דעם אייבערשטן, שטייענדיג נאך א יאר מיט פיל היסטארישע געשענישן בעולם החסידות, האט זיך עטליכע מאל ארויסגעוויזן דעם אפענער יד ה', זעענדיג ווי דער אייבערשטער איז משגיח על כל פרט ופרט, אפענע נסים וחסדים גלוים וואס כלל ישראל איז דורך אויף יעדע טריט און שריט, און מיט א תפלה צום אייבערשטן אויף ווייטער, כן נזכה לראותו אויפן נייעם יאר שנת תשפ"ז, א יאר בלויז פון נסים וחסדים נגלים איבער אלע הינזיכטן.
איינע פון די ערסטע געשענישן וואס האט זיך געענדיגט מיט ריזיגע חסדי שמים, איז געווען אינעם אלטן בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, וואו א טייל פונעם דאך פונעם ווייבער שוהל אויף די דרום זייט העכער איינע פון די דאווענען שטיבלעך איז אינגאנצן איינגעפאלן, און בניסי ניסים האט זיך קיינער נישט געפונען אונטער דעם דאך אין יענע רגע, טראץ די כסדר'דיגע מנינים וואס ווירבלען דארט טאג-טעגליך. הצלה וואלונטירן וועלכע זענען שנעל אנגעקומען האבן באשטעטיגט אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און די גאנצע קהילה האט אפגעאטעמט מיט א טיפן דאנק צום באשעפער.

עטליכע חדשים פריער האט דער באקאנטער משפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב מיטגעמאכט אן ערנסטע קאר עקסידענט, זייענדיג אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון, צום היסטארישן "שבת תולדות" בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. כאטש די אויטא האט געליטן א טאטאלע שאדן, זענען די רייזענדע בחסדי שמים ארויס מיט גרויסע ניסים און קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן. שפעטער, שטייענדיג א האלבע יאר נאך דעם גרויסן נס הצלה, האט דער משפיע שליט"א אפגעראכטן א גראנדיעזע סעודת הודאה אין די לעלובער ביהמ"ד אויף רחוב רבי עקיבא אין בני ברק, לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן.

אין חצר הקודש באיאן, זענען די צוויי חשובע קינדער פונעם רבי'ן, בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף שליט"א און זיין ברודער הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א, געווען פארמישט אין א ערנסטע קאר עקסידענט אויפן וועג צוריק פון א שמחה אין ביתר קיין ירושלים. טראץ די שווערע שאדנס פונעם אויטא, זענען זיי ארויסגעקומען ממש אן קיין שום קריץ אדער שאדן בגוף, וואס האט ארויסגערופן גרויס שבח והודאה אין חצר הקודש באיאן. באזונדער איז הרה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, געווען פארמישט אין אן ערנסטע קאר עקסידענט אין די שטאט צפת און איז געראטעוועט געווארן בחסדי שמים.

אזוי אויך האבן אידן מתפלל געווען לרפואתו פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א נאך וואס ער איז ליידער אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר אין וויליאמסבורג, בחסדי שמים האט זיך דער רבי גענצליך ערהוילט און אויך גומל געבענטשט בשם ומלכות להודות ולהלל.
א ענדליכער נס האט פאסירט מיט כ"ק אדמו"ר מווויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז געווען פארמישט אין א קאר עקסידענט אין מאנסי ביומא דהילולא פונעם פאטער און איז בחסדי שמים אפגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדן.

אן באזונדערע נס האט זיך אפגעשפילט מיט פיר וויזניצער אינגעלייט וועלכע זענען אהיימגעפארן פון א גרויסארטיגע וויזניצע חתונה אין מאנטריאל, קאנאדע, ווען אונטער א שווערן וועטער מיט א שלאקס רעגן האט דער קאר געגליטשט און זיך איבערגעדרייט עטליכע מאל אינמיטן די רוישיגע הייוועי. די קאר איז געווארן אינגאנצן צעקראכט, אבער בחסדי שמים גלויים שלא כדרך הטבע זענען אלע פיר אינגעלייט ארויסגעקראכן דורך די פענסטערס אן קיין שום קריץ.
אין אן אנדערן אינצידענט האט א פייער אויסגעבראכן אינעם בנין פון "הכנסת אורחים ליזענסק", אינעם סאמע ברען פון די הכנות צום הילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אום כ"א אדר, בחסדי השם איז מען אפגעקומען מיט בלויז לייכטע שאדן אן קיין מענטליגע שאדנס. אלע די געשענישן צייגן אונז ווידער און ווידער די שמירה עליונה וואס באגלייט די רועי ישראל און דעם גאנצן כלל ישראל, "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו".

א קייט פון געהויבענע מעמדי קודש פון מצוות נדירות וואס לאו בכל יומא מיתרחיש האט זיך אפגעשפילט דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר, וואס איז אפגעהאלטן גווארן דורך פילע מאורי הדור שליט"א, וואס האט געברענגט א גרויסע התרוממות נפש צווישן טויזנטער שלומי אמוני ישראל. באזונדער האבן א גאר גרויסע צאל אדמור"ים מקיים געווען די מצווה נדירה פון שילוח הקן, טייל פון זיי האבן דאס ערשטע מאל אין לעבן מקיים געווען די מצוה בטירחא דגופא.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט צום ערשטן מאל מקיים געווען די מצוה דאורייתא פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג. כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א האט צום ערשטן מאל אין זיין לעבן מקיים געווען שילוח הקן אין שטוב פון זיין אייניקל הרב יעקב יצחק ווייסבלום. אויך כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר, פשעווארסק, צאנז קלויזענבורג, נדבורנא, קראלי, יאוואזשנא, פאלטישאן, סקולען מאנסי, שאץ וויזניץ און הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א האבן מקיים געווען די מצווה נדירה פון שילוח הקן מיט גרויס התרגשות.


בחצר הקודש סאטמאר אין קרית יואל איז חול המועד פסח פארגעקומען דער זעלטענער מעמד פון מסירת מתנות כהונה דורכן רבי'ן שליט"א, וואס האט אריינגענומען אן אייגנארטיגן "מעמד הפיסות" צו מאכן א גורל כפי שהיה בבית המקדש צווישן די אויסדערוועלטע כהנים ווער עס זאל זוכה זיין צו די מתנות כהונה פון זרוע, לחיים והקיבה, ברוב עם הדרת מלך במעמד אלפי החסידים. באזונדער איז חודש חשון ביים מסע הקודש דורכ'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א קיין ארץ ישראל אפגעראכטן געווארן דער מעמד הפרשת תרומות ומעשרות ביים באזוך אינעם "אור הגנוז" וויין פירמע נעבן מירון.

אויף די ספעציעלע איניציאטיוו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט א היימלאזער איד צום ערשטן מאל אין זיין לעבן זוכה געווען מקיים צו זיין די מצוה רבה פון פדיון הבן זייענדיג אויף די עלטער. די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא, וואו דער רבי זעלבסט האט אנגעפירט מיט אלע פרטים און ענינים, און אלס כהן הפודה האט געדינט האדמו"ר מספינקא בני ברק.

דורכאויס די יאר זענען אפגעצייכנט געווארן נאך מצוות נדירות, ווי ביים מעמד ראשית הגז דורך מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א אין מושב אורה, וואס איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיטן מעמד קביעת שם פאר די נייע וויזניצע קהילה אין עמנואל, וואו די בני הקהילה האבן מזכה געווען דעם רבי'ן מיט פינף שעפסעלעך, דערמיט מקיים צו זיין די מצווה נדירה פון ראשית הגז. א זעלטענער מעמד ראשית הגז איז געפראוועט געווארן במעונו פונעם פוסק הדור הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט"א, וואו כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט געדינט אלס כהן הפודה. אין בית שמש איז פארגעקומען א גרויסע מעמד פון א דאפלטן פדיון פטר חמור בהשתתפות אלע אדמור"י ורבני העיר.

א זעלטענע מעמד פון חליצה איז אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל פאר א פרוי וואס האט ליידער פארלוירן איר מאן און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא. ווי אויך איז אין אנטווערפן פארגעקומען די זעלטענע מעמד חליצה פאר א פרוי פון פראנקרייך דורך הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, ראב"ד לאנדאן.

דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר, האט מען מיטגעלעבט היסטארישע מאמענטן פון חידוש נחלת אבות, אויפדעקנדיג אלטע היסטארישע אוצרות און באנייענדיג די הייליגע ערטער פון די אבות הקדושים איבער אייראפע און ארץ ישראל, וועלכע האט פון פריש אויפגעברענגט נאסטאלגיע פונעם אמאל, זכור אהבת קדומים, אשר קדושה ראשונה קידשה לשעתה וקדישה לעתיד מיט א געוואלדיגע בענקשאפט און געגועים.
אין די גערער הויף איז באצייכנט געווארן דעם באנייאונג פונעם הייליגן "בית נאוה קודש", די היסטארישע דירה און הויף פון די צדיקים לבית גור אינעם שטעטל גור אין פוילן, וואס האט געדינט אלס מעון קדשם פון אלע אדמור"י גור לדורותם פארן קריג און איז נאכן קריג ליידער אריינגעפאלן לידי זרים. נאך לאנגיעריגע באמיאונגען פון אומערמידליכע פעולות פאר די לעצטע פופצן יאר, האט מען בחסדי השם זוכה געווען דאס אויסצולייזן און צוריק אריין ברענגען לקדושה. דעם פארגאנגענעם חודש אייר איז אפגעראכטן געווארן דער מרגש'דיגער מעמד חנוכת הבית, בראשות הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א, זון פונעם גערער רבי'ן שליט"א, אינאיינעם מיט א פמליא נכבדה פון נגידים ותומכים וואס האבן בייגעשטייערט אסטראנאמישע סומעס אפצוקויפן דאס הויז.

באזונדער האט הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א, זון פונעם גערער רבי'ן, אפגעהאלטן א באגעגעניש מיט דעם מעיאר פונעם פוילישן שטאט ראדזימין, וואו ער האט בשליחות הקודש פון זיין פאטער פארגעלייגט דעם דרינגענדן פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח פונעם אלטן בית החיים וואו עס ליגן באהאלטן קדושי עליון און פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה.
ביים דאזיגן נסיעה איז אפגעהאלטן געווארן א באזונדערע רירנדער מעמד הקמת המצבה על קברה פון די עלטערע שוועסטער פונעם גערער רבי'ן שליט"א, הילדה חיה ראדא יהודית ע"ה, א בת קדושים געבוירן פארן קריג אין יאר תרפ"ו צום הייליגן לב שמחה מגור זי"ע, וועלכע איז ליידער נפטר געווארן אין יונגע יארן עטליכע חדשים נאך איר געבורט, און איר גענויער מקום איז פארשוואונדן געווארן ביים קריג. אויך איז חודש אלול באנייט געווארן דעם אוהל הקדוש על ציונו פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א, נכד צדיקי בית קאצק און ראדזימין, זיידע פונעם גערער רבי'ן שליט"א אינעם גרויסן גענשא בית החיים אין ווארשע, אפצייכנענדיג גאנצע הונדערט יאר זינט זיין הסתלקות לגנזי מרומים.

מיט גייסט פון איבערראשענדע התרגשות איז אויפגענומען געווארן צווישן שלומי אמוני ישראל די בכל אתר ואתר, אז דורכאויס א נסיעה פון תלמידי ישיבה קטנה דחסידי וויזניץ לאנדאן צו די מקומות הקדושים אין פראנקרייך, וואס איז פארגעקומען אום חודש תמוז אין די טעג איידערן יארצייט פון רש"י הקדוש, איז נאך פארצווייגטע פארשונגען אנטדעקט געווארן די מקום קבורה פון רש"י הקדוש אשר כבוד מנוחת קדשו אין שטאט טרויש, א נייעס וואס האט אויפגעטרייסלט די אידישע וועלט.
א התרגשותדיגער מעמד "הקמת המצבה" איז אפגעראכטן געווארן אינעם שטאט טיטשין על קברו פונעם צדיק וחסיד רבי אליעזר ליפמאן זצ"ל, דער פאטער פונעם גרויסן רבי'ן רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וואו א פראכטפולע נייע מצבה איז אויפגעשטעלט געווארן על מקום מנוחתו.
דער אלטער בית החיים אינעם שטאט קוזמיר, וואו עס ליגט באהאלטן ומקום מנוחתו פונעם הייליגן רבי'ן רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע, איז ענדליך נאך לאנגע יארן צוריקגעקערט געווארן צו אידישע הענט.

אין די זעלבע צייט זענען די הערצער פון שלומי אמוני ישראל אלוועלטליך שטארק אויפגעציטערט געווארן הערנדיג די שאקירנדע נייעס איבער א ביטערע ארסאן פייער וואס האט שטארק געשעדיגט דעם אלטן נאסטאלגישן סאדיגורער קלויז אינעם שטאט סאדיגורא אינעם לאנד אוקראינע. גלייך נאך דעם שרעקליכן חורבן האט זיך אפגעשפילט א גאר רירנדער מעמד פון "בקשת מחילה" ביים פארברענטן חורבן בראשות כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, וואו מען האט אויסגעגאסן דאס הארץ מיט טרערן פאר די בזיון המקומות הקדושים און ספרי הקודש. אן ענליכער שאק האט באטראפן חסידי לויבאוויטש ווען א העלישע פייער האט ליידער פארניכטעט דעם גאנצן מתחם הציון פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע אינעם שטאט האדיטש אין אוקראינע.

אין שטאט וויען איז פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פונעם ריזיגן פראיעקט איבערצובויען דעם היסטארישן "שיף שול – קאמפלעקס" וואס איז ליידער ארויס פון באנוץ זינט די שרעקליכע קריסטאל נאכט. גלייכצייטיג איז אינעם שטאט קערעסטיר אין אונגארן פארענדיגט געווארן די סטרוקטור פארן נאסטאלגישן ביהמ"ד פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע הארט נעבן זיין הייליג הויז וואס האט בימים ההם געווירבלט מיט טויזנטער חסידים, וואס ווערט אויסגעבויט גענוי אויף די אמאליגע יסודות.
דער גייסט פונעם חידוש נחלת אבות און דאס צוריקברענגען דעם ליכטיגן עבר האט דערגרייכט א גראנדיעזן קלימאקס, מיט דער ערשטמאליגער היכלות פארשטעלונג וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ירושלים עיה"ק אין די ימי בין הזמנים פון חודש אב, ציענדיג שווערע טויזנטער אידן וואס האבן באלאגערט דעם בניני האומה קאמפלעקס צו זעהן די זעלטענע היסטארישע אוצרות און כתבי יד וואס זענען ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן. לקראת דעם מעמד האבן די מארגנים אפגעראכטן א רייע ביקורי קודש ביי די גדולי ישראל אדמורי"ם ורבנים שליט"א, וועלכע האבןגעעפנט זייערע פריוואטע גנזים צו באלייכטן די אויגן פון די טויזנטער באזוכער מיט די היסטארישע אוצרות און חפצי קודש.

במשך דעם יאר תשפ"ו האט כלל ישראל געהאט די זכי' צו הערן דעם דבר ה' ברמה פון די גדולי ומנהיגי הדור וועלכע האבן געשטעלט יסודות איתנים און תקנות נחוצות סיי וואס איז נוגע דעם יהדות בכלליות און סיי וואס איז נוגע די קהילות קדושות בפרטיות, להעמיד הדת על תלה ולגדור גדר ולעמוד בפרץ איבער א רייע וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט ביים סעודת הילולא רבתי כ"ו אב מיט ווייטאג ארויסגעברענגט די לעצטע אויפשטייג פון התגרות באומות דורך היימישע און חסידישע אידן אקעגן די מעיאר פון ניו יארק סיטי זאהראן מאמדאני. באזונדער האט דער רבי פאררופן א וויכטיגע טעלעפאנישע כינוס פאר עדת חסידי סאטמאר אין די טעג בין כסא לעשור וואו דער רבי האט מחזק געווען די ענין פון צניעות ביי נשים.
ביים שושן פורים טיש האט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א אדרעסירט דעם נושא פון "סעקשאן 8" רעגירונגס-הילף פאר טענענטס, און שארף ארויסגעטרעטן קעגן לענדלארדס וואס פארלאנגען עקסטערע רענט פון טענענטס אויסער די סעקשאן 8 געלטער.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט ביים טיש נעילת החג שביעי של פסח איינגעפירט א תקנה אז מען זאל נישט הערן קיין הצעות שידוכים פאר בחורים אין שיעור ב' פאר יום טוב פסח, כדי מונע צו זיין ביטול תורה בקרב הישיבות.
ביים סעודת הודאה כ"א כסליו אין היכל ישיבה גדולה קרית יואל, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געגעבן א לענגע שיחת הדרכה והשקפה בהירה איבער'ן דרך פון ברסלב, און פארן קיין אומאן, ובפרט וואס איז נוגע פאר בחורים, ע"פ דעת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
ווי אויך איז דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסגעקומען מיט א שארפקייט קעגן די היינטיגע מאדערנע חופה קומזיצן און בדחנות'ער ביי א חופה וואס דרינגט אריין אין די היימישע מחנה, קלארשטעלנדיג אז לא יעשה כן במקומינו, און מ'זאל זינגען בלויז די פארצייטישע ניגוני דביקות אן א ווערטער אזוי ווי מ'האט זיך געפירט ביי אבות אבותינו, וכל המוסיף גורע.
אויך פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איז געהערט געווארן דברי מחאה קעגן די מאדערניזם וואס כאפט זיך אריין ביי די חופות מיט די גראמען און אידישע לידער אשר לא שערום אבותינו.
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט מעורר געווען קעגן כינוסים אדער האטליינס איבער הנהגת הבית וואס קומען נישט פון די דרכי המסורה.
ענליך איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי, ביי א ספעציעלע שמועס פאר די אברכי הקהלה אז מ'זאל שטיין ווייט און נישט האבן קיין שום מגע ומשא מיט די אלע סארט שיעורים בעניני קדושת הבית וואס איז קלאר בניגוד הוראת והשקפת רבותינו ודרך התורה המסורה לנו.
בחצר הקודש בעלזא איז איינגעפירט געווארן דורך כ"ק בעלזער רב שליט"א א תקנה פאר נשות החסידות מוסיף צו זיין אן עקסטערע ליכט ביי נרות שבת לזכות פארוואגלטע נשמות זאלן צוריקוקמען תחת כנפי השכינה.

אין קרית יואל האט די "כתר" געשעפט אראפגענומען די העברעאישע אותיות פונעם געשעפט-לאגא, און די זעקלעך, לויט די פערזענליכע ביטע פונעם מרא דאתרא דער סאטמארער רבי שליט"א, וועלכער האט דורכגעפירט א ספעציעלע גרעסערע איינקויף אין געשעפט פון נאנט צו טויזנט דאלאר, לאות הוקרה פאר'ן נאכקומען די בקשה, און אויסגעשריבן טאקע א טשעק צום געשעפט מיט'ן נייעם הייליגן נאמען "כתר" מיט א ת', און נישט מיט א ט'.
כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט שארף מוחה געווען קעגן די ווילדע מחאות אין בני ברק, ווי פארברענען נכסים, אפהאלטן דעם רבים, און חילול תשמישי קדושה, און באזונדער קעגן די פראוואקאציעס אין ירושלים, באטאנענדיג אז דאס גיין בכח הזרוע איז נישט דער דרך התורה.
אויך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן ווילדע אומ'אחריות'דיגע מחאות אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו.
אלפי חסידי סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיך צאמגענומען אויף א כינוס "שמירה לדורות" זיך מחזק צו זיין אין די עניני לבושי נשים און איבער די פריצות'דיגע שייטלען, וואו מ'האט געהערט דעם דבר ה' ברמה ודעת תורה ופסק הלכה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובנו הגדול הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך האט מוחה געווען קעגן עזי פנים וואס האבן מבזה געווען גדולי התורה בימי הפורים אין מאה שערים.
הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער שליט"א רב דקהל היכל התפלה בארא פארק איז ארויסגעקומען קעגן דאס פארן אויף עלעקטרישע סקוטערס וואס איז א כלי משחית און האט שוין פאראורזאכט פילע שווערע אינצידענטן.
ווי אויך איז ארויס א קול קורא פון א רייע גדולי הפוסקים איבער די וועלט קעגן די שעדליכע סקוטערס, צווישן זיי פון הגאון הגדול ר' משה שאול קליין שליט"א רב מערב בני ברק, און פון ביד"ץ התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא.
הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אבד"ק שער התפילה האט שארף פארדאמט אן אנטי-טראמפ בילבארד אין מאנסי וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך אומ'אחריות'דיגע מענטשן אין ליכט פון די טוישנדע פאליסיס פון פרעזידענט טראמפ אנבאלאנגט די מלחמה צווישן אמעריקע מיט איראן.
ווי אויך האט הגה"צ ר' ישראל דוד שליט"א ארויסגעברענגט דעם קלארן דעת תורה והשקפה בהירה בימי ערב שבועות, ווען ס'איז געמאלדן געווארן איבער א באזוך פון פרעזידענט טראמפ אין די אומגעגנט פון מאנסי אין סאמע יו"ט קבלת התורה, וואס ס'איז אסור פאר יעדן איד אשר עמדו רגליו על הר סיני דארט זיך צו באטייליגן.
כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א האט ארויסגעהויבן בשבח כלל ישראל, ווען טראץ וואס דער פרעזידענט איז געווען ממש נאנט צום היימישן געגנט, האבן זיך די צענדליגער טויזנטער תושבים מונע געווען פון אהינגיין, און באזונדער ארויסגעהויבן בשבחו פון א בחור מאחד מחסידיו וואס האט געמאכט א ריזיגע אומוועג ביים קומען צו די תפילות אום שבועות, נישט צו דארפן דורכגיין נאנט צום פלאץ וואו ס'איז פארגעקומען די טראמפ ראלי דורך די גוי'אישע שכנים.
באזונדער איז געהערט געווארן מפי גדולי האדמורי"ם פרישע באגריסנדע פראיעקטן און פעולות נשגבות פון הרחבת גבולי הקדושה און פרישע מאסיווע דורכברוכן וואס איז אויפגענומען געווארן מיט קוועלנדע פרייד ביי די חסידים.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געמאלדן איבער'ן נייעם ישוב "קרית משה" אין מאנטיסעלא, וואס שטעלט זיך פאר אלס א רעוואלוציאנערע לעזונג פאר'ן דירות קריזיס וואס פלאגט דעם היימישן ציבור אין ניו יארק. דער רבי האט קורא שם געווען די נייע קרי' לשמו ולזכרו הטהור פון אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.
אין קרית יואל איז צושטאנד געקומען די נייע "שלוה חתונה בודזשעט" וואס גיט א מעגליכקייט פאר מחותנים צו פראווען חתונות פאר די שטוינענדע עפארדעבל סומע פון בלויז "40 טויזנט דאלאר".

אלס טייל פונעם פלאן איז באנייט געווארן די נייע גראנדיעזע "מכובד שבע ברכות זאלן" בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף אוהעל קאורט אין קרית יואל. דער רבי האט באשיינט די חנוכת הבית און ארויסגעברענגט מיט פרייד די וויכטיגע דורכברוך.
באזונדער האט דער רבי שליט"א פראקלאמירט ביים סעודת הילולא כ"ו אב איבער די ספעציעלע גמ"ח פון 40 טויזנט דאלאר מיט לייכטע צוריק-צאל טערמינען וואס וועט פארבארגט ווערן פאר מחותנים וואס גייען מיט'ן שלוה חתונה פלאן מתחלה ועד סוף.
הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן האט פראקלאמירט פאנטאסטישע הוספות אין דמי שדכנות פאר שדכנים וואס וועלן אויספירן שידוכים ביי די תלמידים פון "מתיבתא תורה ויראה" דסאטמאר אין מאנסי.
ביים סעודת פורים בראשות הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, האט דער רב געמאלדן די ערשטע הוספה וואס דער נדיב ר' ליפא פארשפרעכט פאר שדכנים, און שפעטער אין יאר, דורכאויס א נסיעה מיט די תלמידים בראשות פונעם רב, האט דער רב געבראכן די נייעס איבער א ברכה כפולה, א פרישע הערליכע באנוס פאר שדכנים.

בחצר הקודש באבוב האט דער וועד "חיים של שלום" דורכגעפירט א רעוואלוציע אין געביט פון הוצאות שבע ברכות, בעידודו והסכמתו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז צוויי שבע ברכות אינמיטן וואך וועט אפגעהאלטן ווערן אלס פריוואטער נאכטמאל אין שטוב פאר חתן און כלה אן קיין מנין און אן איבריגע הוצאות.
בחצר הקודש וויזניץ מאנסי איז געמאלדן געווארן די איבערראשנדע בשורה איבער די עפענונג פון "אולם איינהארן" וואס וועט שענקען א דראסטישע דערלייכטערונג פאר מחותנים, ווען מ'וועט דארט קענען אפרעכטן א חתונה פאר די גאר מינימאלע סומע פון בלויז $10,000.
אין שיכון סקווירא איז באשטעטיגט געווארן די הערליכע אולמי "שובע שמחות" פאר שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן.
די מערכה קעגן די ביטערע נסיונות הזמן און בפרט די טריפה'נע טעכנאלאגישע כלים איז גאר פארשטארקט געווארן דורכאויס די יאר, ווען די מאורי הדור זענען ארויס מיט א שארפן און קלארן פראנט צו באשיצן דעם דור פון די נייע טעכנאלאגישע סכנות וואס האבן דערגרייכט פרישע שטאפּלען.
דורכאויס די יאר האט אפגעהילעכט די "זעקת אש קודש" פון די גדולי האדמורי"ם שליט"א, וועלכע האבן ארויסגעלאזט א ביטערן וויי-געשריי קעגן די נייע "קליפה פון AI" וואס האט זיך אריינגעכאפּט אויף די טעלעפאנען און פירט אריין דעם דור אין גאר א שווערע פראנט אין די מערכה קעגן טעכנאלאגיע.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דעם דבר ה' ברמה בהיכל הישיבה גדולה קרית יואל, ווען בשעת מעשה איז די דרשה מיטגעהאלטן געווארן טעלעפאניש אין אלע היכלי מוסדות סאטמאר פון איבער די גאנצע וועלט, וואו דער רבי האט מיט בכיות געפייערט קעגן די טמא'נע קליפה.
א גרויסע אסיפת הרבנים איז פארגעקומען דורך די קינדער פון די גרעסערע אדמורי"ם אין ניו יארק קעגן דעם ביטערן נסיון, און אין מערערע חצרות הקודש איבער די וועלט זענען פארגעקומען גרויסע כינוסים קעגן די נסיונות הזמן פאר די חסידים און בחורי חמד אין שפיץ פון די גדולי האדמורי"ם והרבנים וועלכע האבן מיט דברים חוצבים משמיע געווען דעם חובת השעה והמעשה אשר יעשון זיך גענצליך אפצושיידן פון די קליפה.
די מערכה האט אויפגעציטערט אין עיר התורה לעיקוואד, וואו טויזנטער בחורים האבן זיך פארזאמלט ביי א "אסיפה נחוצה" זיך מחזק צו זיין איבער די שווערע נסיונות פונעם דור, און די וואקסנדע סכנות פון AI. דארט איז אויך אפּגעראכטן געווארן א געמיינזאמע אסיפת הרבנים וואס האט פאראייניגט די ראשי ישיבות און אדמורי"ם צונויפצושטעלן א פאראייניגטן פראנט קעגן די נייע טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען.

בחצר הקודש בעלזא איז מוצאי שבת החודש איז פראקלאמירט געווארן די תקנת פון כ"ק בעלזער רב שליט"א וואס אסר'ט בתכלית האיסור פאר בחורים און מיידלעך צו נוצן סיי וועלכע טעלעפאן וואס פארמאגט "טעקסט" מעסעדזשעס.
לקיים בנו חכמי ישראל
אידישע הערצער איבער דער גאנצער וועלט זענען כסדר פאראייניגט אין הייסע תפילות לרפואתם השלימה פון די מאורי הדור, צדיקים און ראשי ישיבות. נאך א יאר וואס עטליכע הייליגע נשמות און חשובע מנהיגים זענען ליידער ארויף בסערה השמימה איבערלאזנדיג דעם דור יתום, האט מען בחסדי השם יתברך אויסגעבעטן א צאל אדמורי"ם און גדולים וועלכע זענען אדורך שווערע געזונטהייט קריזיסן און טייל פון זיין האבן זיך געפונען אין גאר קריטישע מצבים. צווישן די צדיקים זענען פארהאן אזעלכע וואס געפינען זיך נאך אלס אינעם שווערע באהאנדלונגס פראצעדורן און דער ציבור האלט כסדר אן די הייסע תפילות פאר זייער גענצליכער ערהוילונג, בעת אנדערע זענען שוין אינגאנצן מכלל סכנה און צוריק צו זייערע פולע כוחות.
בראש ובראשונה טוט כלל ישראל שוין גאנצע צוויי יאר אומאויפהערליך איינרייסן לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, וועלכער איז שוין אנהייב שנת תשפ"ה דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה. דורכאויס די גאנצע תקופה זעט מען בחוש וואו דער רבי לעבט ממש אויף ניסים למעלה מדרך הטבע, טראץ וואס ער גייט אריבער שווערע באהאנדלונגען און מוטשעט זיך מיט יסורים קשים ומרים. מיט אן עזות דקדושה פירט דער רבי ווייטער אן זיין הנהגה, ביי די שבתים וימים טובים, אריינשיינענדיג אין די הערצער פון די חסידים דעם גרויסן אור פון אמונה ובטחון.

דער נאמען ישראל בן לאה אסתר איז שגור על לשונם פון חסידי וויזניץ און גאנץ כלל ישראל בכל מקום שהם, און עס זענען כסדר פארגעקומען מאסיווע עצרות תפילה והתעוררות בכל מקומות מושבותיהם. צווישן זיי איז געווען א גרויסארטיגע עצרת תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי במעמד טויזנטער חסידים וואס האבן איינגעריסן פאר זיין געזונט. דער רבי איז דורכאויס דעם יאר אפגעפארן קיין דייטשלאנד פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען, און האט שפעטער געוויילט אויף אפרוה אין שווייץ צו שעפן פרישע כוחות.
די אידישע וועלט דאווענט אויך אומאויפהערליך פארן מקובל הגה"צ רבי חזקיהו דב הכהן בן שושנה קוק שליט"א פון טבריה, וועלכער געפינט זיך שוין א האלבע יאר על ערש דוי; בחסדי שמים האט זיך זיין מצב סטאביליזירט און ער געפינט זיך אין א ריהעב שפיטאל, זייענדיג נאך אנגעוויזן אויף רחמי שמים.
גרויס זארג הערשט ביי אידן איבער די וועלט איבערן געזונט-צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, וועלכער געפונט זיך שוין לענגערע חדשים אין קליוולאנד אויף באהאנדלונגען, זייענדיג אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, מרן רבי רפאל יצחק אריה בן חנה. אויך פארן געזונט פון כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א פון בית שמש טוט מען נאך איינרייסן, נאכדעם וואס ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה און איז אנגעוויזן אויף א ישועה.

צווישן די גדולי ישראל וואס האבן איבערגעלעבט א גאר קריטישן מצב און זענען בחסדי שמים ארויס מכלל סכנה, איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז דעם אנהייב יאר אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע און א שווערע אינפעקציע וואס האט אים געשטעלט אין א מצב סכנה. אדאנק תפילות ישראל האט דער רבי דורכגעמאכט די שווערע סיטואציע למעלה מדרך הטבע, און איז העכער אלע ערווארטונגען צוריק צו די כוחות, און טוט ווייטער אינגיין מיט זיין עבודת הקודש, און ספעציעל די שבתים און ימים טובים בקרב עדתו כימי קדם.
אן ענליכער נס איז געשען מיט הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, וועלכער איז אדורך א קאמפליצירטע הארץ אפעראציע, נאכגעפאלגט מיט שווערע אינפעקציעס און א דראסטישע פארערגערונג זייענדיג אין גאר א שווערן מצב. אדאנק תפילות ישראל איז דער ראש הישיבה צוריק צו די כוחות און איז ממשיך מיט זיינע שיעורים כמימים ימימה. אויך טוט מען נאך מתפלל זיין לרפואתו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, מרן נפתלי צבי בן פערל, וועלכער איז דורך פארשידענע קאמפליקאציעס; דעם רבינס מצב האט זיך ב'' פארבעסערט, אבער איז נאך אלס אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל צוריקקומען אינגאנצן צו די כוחות.
חסידי בעלזא האבן אפגעאטעמט נאך די גרויסע זארג ארום דעם געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעהויבן חודש אייר צוליב א פארצויגענע חולשה וואס האט באזארגט די חסידים און גאנץ כלל ישראל, ווען נאך עטליכע טעג האט מען מבשר געווען א שינוי לטובה און דער רב איז ב"ה צוריק אריינגעקומען צו די תפילות און טישן. אויך די שבת בהיכלא דמלכא וואס איז אפגעשטופט געווארן צוליב דעם רב'ס מצב איז ב"ה צושטאנד געקומען א קורצע צייט דערויף און איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
באחרית השנה זענען די חסידים ווידער געווען איינגעהילט אין גרויס זארג ווען דער רב שליט"א איז ביום א' סליחות, אנשטאט ערשיינען אין ביהמ"ד הגדול צו די סליחות ברוב עם, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א שטארקע שוואכקייט. דער רב שליט"א איז בחסדי שמים צוביסליך צוריקגעקומען צו די כוחות און געפראוועט די ירח האיתנים אויף א געהויבענעם פארנעם. חסידי בעלזא בתוך כלל ישראל טון נאך כסדר איינרייסן למען אריכות ימיו ושנותיו ותתחדש כנשר נעורייכי בבריאות השלימות.

אין די זעלבע צייט טוט מען מתפלל זיין לבריאותו השלימה וחיזוק הכוחות פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכער ליידט פון א פארצויגענע חולשה די לעצטע תקופה.
מיט באזונדערע פרייד און שבח והודאה להשם יתברך האבן פילע אנדערע גדולי מנהיגי החסידות זיך ערהוילט פון פארשידענע מיחושים און געזונטהייט אנגעלעגנייטן בעת אידישע קינדער האבן מתפלל געווען לרפואתם.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אדורך מיט הצלחה א נויטיגע מעדיצינישע און סוקסעספולע הארץ פראצעדור אין מאנהעטן. אויך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז אדורך צוויי סוקסעספולע אויג-אפעראציעס אין הרצליה.
א בהלה איז אנשטאנען דאס יאר ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט געדינט אלס נואם הכבוד ביים סיום הרמב"ם העולמי, און איז בשעת די דרשה צוזאמגעפאלן לעיני קהל ועדה. בחסדי שמים איז דער רבי ב"ה תיכף צוריקגעקומען צו זיך און ממשיך געווען מיט די דרשה כרגיל.

כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א איז דורך א פאראויס-געפלאנטע אפעראציע אין מאנהעטן, אויך כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א איז אריבער א לייכטע אפעראציע, ביידע מיט גרויס הצלחה. כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א איז דורך אן אפעראציע וואס איז בחסדי שמים דורך מיט גרויס הצלחה. כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה האט דורכגעמאכט א שווערע לונגען-אנטצינדונג און נאך קאמפליקאציעס וואס האבן אים שטארק אפגעשוואכט און געפירט צו דיאליסיס באהאנדלונגען. כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א איז געווען שפיטאליזירט צוליב אן אינערליכע בלוטיגונג און א לונגען-אינפעקציע וואס האט אים געהאלטן בין מות לחיים.
כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א האט געליטן פון הארץ-קאמפליקאציעס נאכן דורכמאכן א לייכטן הארץ אטאקע אום ל"ג בעומר, אבער זיין מצב איז סטאביליזירט געווארן צום בעסערונג. כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א איז אדורך א קאמפליצירטע אפעראציע צו עלימינירן א געוואוקס, וואס די דאקטוירים האבן ב"ה געכאפט באצייטנס. כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א איז צוזאמגעפאלן נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע אינמיטן דאווענען, אבער נאך א דרינגענדן סטענט-פראצעדור אין די שיבא שפיטאל איז ער ב"ה באפרייט געווארן מיט פרישע כוחות. כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב הארץ-קאמפליקאציעס און איז דורך א סוקסעספולן סטענט-פראצעדור. כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א איז געווען שפיטאליזירט צוליב שווערע יסורים און קאפ-ווייטאגן אלס אורזאך פון אן אינפעקציע. הגה"צ אבד''ק יאזלאוויץ שליט"א האט זיך ב"ה ארויסגעדרייט פון א שווערן דורכגאנג בחסדי שמים. דער משפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א איז געווען אנגעוויזן אויף רחמי שמים נאכן ליידן פון א לייכטע סטראוק, און איז בחסדי ה' קורצליך דערויף צוריק צו זיין סדר היום.
ופקדו שרי צבאות בראש העם
דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר שנת תשפ"ו זענען צוגעקומען צום עולם התורה והחסידות פילצאליגע פרישע רבנים, נייע רבי'ס, ראשי ישיבות, און רבני הקהילות וואס זענען געשטעלט געווארן בראש העם, צו שטיין אין שפיץ פון קהילות קדושות, אנצופירן די עדות קדושות.
בראש ובראשונה האבן א צאל קהילות און שטעטלעך איבער די וועלט אויפגענומען נייע רבנים און מרא דאתרא להעמיד הדת על תילה, יורה יורה ידין ידין:
• הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א — מרא דאתרא פון געיטסהעד איז ערוועלט געווארן דורך אן איבערוויגנדע מערהייט פון די שטאטישע חרדישע קהילה ביי די ספעציעלע וואלן, און איז פייערליך אויפגענומען געווארן ביי א מלכות'דיגע קבלת פנים ביים אנקומען קובע משכנו צו זיין און צו דינען אלס דער נייער שטאטס-רב אין עיר התורה געיטסהעד.

• פרישע חברי בית דין צדק אינעם בית דין צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר: הלא המה הגאון הגדול רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א — דומ"ץ ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל ראב"ד סאטמאר; און הגאון הגדול רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א — דומ"ץ קהל יטב לב אין קרית יואל. חול המועד פסח איז אפגעהאלטן געווארן א ריזיגער מעמד התמנות במעמד קהל רב.
• הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א — חבר ביד"ץ מחזיקי הדת אנטווערפן איז אויפגענומען געווארן אלס פרישער חבר הביד"ץ אין בית דין דקהל מחזיקי הדת אנטווערפן.
• הקמת בית דין דסאטמאר ברוקלין לעניני ממונות און אישות: באזונדער איז פארגעקומען דער מעמד התייסדות בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר - ברוקלין לעניני ממונות, גיטין און חליצה, וואו עס איז נתמנה געווארן הרה"ג המפורסם רבי אשר חיים ווייזער שליט"א — ראב"ד בד"ץ דבר המשפט, צו שטיין בראש פונעם נייעם בית דין.
• הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א — גאב"ד קרית קאשוי: דער דריטער זון פון כ"ק אדמו"ר בעל ברכת שמים מקאשוי זצ"ל, וועלכער איז נתמנה געווארן אלס מרא דאתרא דקרית קאשוי למלאות מקום אחיו הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי.

• הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א — גאב"ד מירון וועלכער איז עמטליך אויפגענומען געווארן דורך די שטאטראט צו דינען אלס גאב"ד פון אתרא קדישא מירון, על מקום אביו הגה"צ רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד מירון.
אם חכם בני ישמח לבי גם אני — א ספעציעלע ערשיינונג איז געווען דאס יאר ווען א צאל אדמורי"ם האבן אויפגענומען זייערע קינדער לכהן פאר ברבנות אין די קהילות קדושות, ממשיך צו זיין די גאלדענע קייט לשם ולתפארת:
• הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א — רב ואבד"ק קרית יטב לב, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און איידעם פון הגה"צ אב"ד ניימארק, וועלכער איז בהורמנא דמלכא אויפגענומען געווארן לפאר כבוד אלס רב ואבד"ק קרית ייטב לב אין בלומינגבורג צו שטיין בראש פונעם ישוב און די מוסדות.

• הגה"צ רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים שליט"א — אב"ד סאטמאר פלאשינג, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און איידעם פון הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א, וועלכער איז בהורמנא דמלכא אויפגענומען געווארן לפאר כבוד אלס רב ביהמ"ד דסאטמאר אין שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג.
• הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א — רב דחסידי באבוב לינדען, חתנו כבנו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורכ'ן גרויסן שווער לכהן פאר אלס רב ומורה צדק פון ק"ק באבוב אינעם נייעם ישוב לינדען, ניו דזשערזי.
• הגה"צ רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א — רב דקרית דושינסקיא הר יונה, חתנו כבנו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און זון פון הגאון רבי יהושע חיים אריה שפיטץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק אין אנטווערפן, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך חותנו הגדול צו דינען אלס רב פון קרית דושינסקיא אינעם נייעם חסידישן ישוב הר יונה.

• הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א — רב דחסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין מאנסי, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מווויזניץ וויליאמסבורג שליט"א און איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רב פון די קהילה און ביהמ"ד "תורת מרדכי" דחסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין מאנסי.
• הרה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א — רב ק"ק מאחנובקא בעלזא ירושלים: בנו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וועלכער איז ממונה געווארן אלס רב ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים.

• הרה"צ רבי יחיאל מיכל רוקח שליט"א — רב ק"ק מאחנובקא בעלזא ביתר, זון פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז ממונה געווארן אלס רב ק"ק מאחנובקא בעלזא אין שטאט ביתר.
• הרה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל לאווי שליט"א — רב קהילת טאהש מאנסי: בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רב הקהילה אין מאנסי.
ובא השמש וזרח השמש — נאך די הסתלקות פון די אדמורי"ם ורבנים חשובים דאס יאר, זענען אויפגענומען געווארן די חשובע קינדער זרע ברך ה', אלס ממלאי מקום צו ערפילן דעם חלל און ווייטער פירן די עדה הקדושה:
• כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א — הרה"צ רבי ניסן חיים מרדכי ראזענבוים, טראץ וואס דער רבי איז נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת שוין חודש אלול תשפ"ה נאך די הסתלקות פונעם פאטער כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, איז אבער דעם רבינ'ס הכתרה געווען געוויס איינס פון די געשענישן פון שנת תשפ"ו, ווען בראשית השנה איז דער רבי שטארק נתפרסם געווארן איבער די וועלט, און מאסן אידן האבן געשטראמט מיטהאלטן זיין אייגנארטיגע עבודת הקודש מיט א ספעציעלן דרך און חן.

• כ"ק אדמו"ר מלעלוב בר אילן שליט"א — הרה"צ רבי ראובן אלטר בידערמאן, בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל, וועלכער איז במעמד כל העדה אויפגענומען געווארן למלאות מקום אביו באדמורו"ת.

• כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט"א — הרה"צ רבי דוד משה הורוויץ, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל, איידעם ביי הרה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מתולדות אהרן, וועלכער איז אויפגענומען געווארן ממשיך צו זיין בהנהגת העדה למלאות מקום אביו.

• כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא ארה"ק שליט"א — הרה"צ רבי יואל הורוויץ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אויפגענומען געווארן אלס ממשיך דרכו של אביו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל.
• כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ספינקא שליט"א — הרה"צ רבי שמואל צבי הורוויץ, איידעם פון הגה"צ רבי ישראל שנעעבאלג דומ"ץ טשערנאוויץ, איז אויך אויפגענומען געווארן ממשיך צו זיין בכתר האדמורו"ת לבית ספינקא נאך די הסתלקות פון אביו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל.
• כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א — הרה"צ רבי ישכר בעריש הלוי ראטטענבערג, בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מקאסאני זצ"ל, וועלכער איז ביים מסע הלוויה אויפגענומען געווארן איבערצונעמען די הנהגה אלס ממלא מקומו בקודש באדמורו"ת קאסאן אויף די ניינטע עוועניו אין בארא פארק.
• כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק שליט"א — הרה"צ רבי חיים יואל הלברשטאם, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו כ"ק אדמו"ר מצאנז ב"פ זצ"ל.
• כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א — הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס איש על העדה צו ווייטער אנפירן דעם ביהמ"ד און הויף.

• כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין סידערהוירסט שליט"א — הרה"צ רבי יוסף שפיגל, איידעם פון הרה"ג רבי שמואל לודמיר שליט"א אבד"ק פרעשבורג לאנדאן, איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין זצ"ל.
• כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין ירושלים שליט"א — הגה"צ רבי נפתלי אריה שפיגל, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, איז אויפגענומען געווארן נאך די הסתלקות פון אביו כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין זצ"ל.
• הגאון הגדול רבי אליעזר שלעזינגער שליט"א — ראש ישיבת הרמה לאנדאן, בנו בכורו פון זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל, וועלכער איז ביים מסע הלוויה נתמנה געווארן אלס ממלא מקום אביו מיט די הנהגת הקהילה, הישיבה, והכולל דק"ק הרמה אין לאנדאן.

• הרה"ג רבי נפתלי בעק שליט"א — ראש ישיבת "תפארת משה" מאנסי, זון פונעם מייסד הישיבה הגאון רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל, וועלכער איז אויפגענומען געווארן למלאות מקומו אלס ראש ישיבה.
• הגה"צ רבי יעקב מאיר שמחה היילפרין שליט"א — גאב"ד ראדומישלא, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס גאב"ד ראדומישלא אין די רמות געגנט אין ירושלים למלאות מקום אביו, הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, ווייטער אנצופירן מיט די ביהמ"ד און קהילה הקדושה אשל ברמה ראדומישלא.
• הגה"צ רבי חיים יוסף היילפרין שליט"א — אב"ד ראדומישלא בני ברק, עלטסטער זון פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד היילפרין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות, בנו בכורו פון גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, וועלכער איז אויפגענומען געווארן לכהן פאר אלס אב"ד ראדומישלא אין בני ברק.
• הרה"ג רבי מרדכי יהודה סופר שליט"א — רב קהילת ערלוי ביתר, עלטסטער זון פון הגה"צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכער איז אויפגענומען געווארן למלאות מקומו אלס רב הקהילה אין די גבעה A געגנט.
• הרה"ג רבי יודל פירטה שליט"א — רב הצעיר דקרית קאשוי: איידעם פון הגה"צ גאב"ד קרית קאשוי זצ"ל, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רב הצעיר אין קרית קאשוי, נאך די הסתלקות פונעם שווער.
אזוי אויך האבן נאך פילע קהילות קדושות בישראל אויפגענומען נייע כוחות, פרישע דיינים, רבנים ומורי הוראה, להורות להם הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
יאריכו ימים על ממלכתם.
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל
אין לויף פון שנת תשפ"ו זענען געפראוועט געווארן פילע כינוסי קודש, כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם, כינוסים און אסיפות וואס האט צוזאמגעברענגט טויזענטער אידן לשמוע את דבר ה', גרויסארטיגע מעמדים מיט די באטייליגונג פון צענדליגע טויזענטער, אנשים ונשים, זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם, לגדור גדר ולעמוד בפרץ, און מחזק צו זיין דעם עול התורה, לימוד התורה, און לומדי תורה, אזוי אויך מעמדי חנוכת הבית, הנחת אבן הפינה, פאר א גרויסע צאל בנינים פאר מוסדות התורה, בתי מדרשים, און פרישע געגנטער צו וואוינען פאר אחינו בני ישראל.
שישו ושמחו בשמחת התורה
מערערע חצרות הקודש האבן דאס יאר געפראוועט גרויסע מעמדים פון הכנסת ספר תורה אויף 'דעם רבינ'ס ספר תורה', די ספר תורה וואס די רבי זעלבסט האט געלאזט שרייבן, אדער וואס די חסידים האבן געלאזט שרייבן לזכותו פונעם רבי'ן, וכדומה.
בחצר הקודש סאטמאר האט מען געפייערט די היסטארישע הכנסת ספר תורה וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געלאזט שרייבן, א רייע מעמדי קודש זענען געפייערט געווארן במקהלות אלופי אלפי החסידים אינעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר, מיט גרויס שמחה והתרגשות.

בחצר הקודש וויזניץ איז ערב חג השבועות זמן מתן תורתינו געפראוועט געווארן מיט עקסטאז די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן רעיא מהימנא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט די השתתפות פון מאסן חסידים מכל קצוות תבל.

בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא איז אין די ימי השמחה בחצר הקודש אריינגעגעבן געווארן מיט התרגשות צום היכל ביהמ"ד הגדול די ספר תורה וואס די חסידים האבן געלאזט שרייבן בשותפות לכבודו ולזכותו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.

במעון קדשו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז געפראוועט געווארן דער מעמד הכנסת ספר תורה לכבודו ולזכותו, אינעם יום הבהיר בהשתתפות גדולי ישראל.
בחצר הקודש ישועת יעקב סקולען איז געפראוועט געווארן א מעמד הכנסת ספר תורה לזכר נשמתו הטהורה פון הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצ"ל.
בחצר הקודש סאסוב איז ערב יו"ט שבועות קבלת התורה אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה לכבודו ולזכותו פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.
בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן איז געפייערט געווארן אן הכנסת ספר תורה אין צוזאמענהאנג מיטן חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין לאנדאן.
בחצר הקודש באבוב האבן די אלפי תלמידי התלמוד תורה געפייערט אן הכנסת ספר תורה לעילוי נשמת הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה אריינגעגעבן צום נייעם בנין התלמוד תורה.
בחצר הקודש באבוב-45 איז פארגעקומען די ערשטע הכנסת ספר תורה אינעם נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול והחדש אין בארא פארק.
א געהויבענער מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן צום ראחמיסטריווקא שטיבל אין שטאט לאנדאן בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.

בחצר הקודש קארלין לעלוב איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה לזכרו פון כ"ק אדמו"ר בעל קדושת שמואל צבי מקארלין לעלוב זצ"ל.
בחצר הקודש קארלסבורג איז אפגעראכטן געווארן א מעמד הכנסת ספר תורה לזכרו פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל עמק התשובה.
באזונדער האט דער סאטמארער רבי שליט"א באזוכט אין מאנטשעסטער לרגל חנוכת הבית היכל התורה לב אהרן, נאכן קורצן מסע הקודש קיין ראמעניע צום יארצייט פונעם קדושת יום טוב זי"ע, און אפגעשטאט א באזונדערע באזוך אין מאנטריאל בקרב חסידיו.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אונטערגענומען די היסטארישע נסיעה הרוממה 'בוני המלוכה' מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויך אונטערגענומען דאס יאר א נסיעה קיין פלארידע מבקר חולה זיין הנגיד רבי ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל מגדולי תומכי סאטמאר.

מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אפגעשטאט א געהויבענעם באזוך על אדמת ניו יארק לרגל השמחות במעונו, לשמחת לב חסידי וויזניץ אין אמעריקא.
כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט אפגעראכטן א היסטארישע נסיעה קיין אמעריקא, א באזוך וואס האט אויסגערופן גרויס התרגשות ביי די חסידים און פילע תושבי ניו יארק.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט אפגעשטאט א געהויבענעם באזוך אין ארץ הקודש, מיט א געהויבענע שבת אין אתרא קדישא מירון און א רייע מעמדי קודש פאר די פילע חסידים ותלמידי הישיבות.
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט אפגעראכטן א ביקור הוד בארה"ק, אינעם חודש הרחמים והסליחות, און געפראוועט א' סליחות בקרתא דשופריא.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט אונטערגענומען א נסיעה רוממה קיין לאנדאן הבירה לרגל הנחת אבן הפינה פונעם נייעם ביהמ"ד, ווי אויך איז פארגעקומען א געמיינזאמע נסיעה פון די שוואגער'ס האדמור"ים מבאבוב 45 וראחמיסטריווקא שליט"א קיין שיקאגא צו א משפחה שמחה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אפגעראכטן א ביקור המרומם אין עיר הבירה לאנדאן לרגל חנוכת הבית און הכנסת ספר תורה פארן נייעם בנין הישיבה קטנה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענע לענגערע מסע הקודש קיין ארץ הקודש לכבוד די חתונות פון צוויי אייניקלעך.
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א בליץ באזוך קיין לאנדאן לרגל די חתונה פון בן הרה"ג שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן.

כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא האט אפגעשטאט א ביקור המרומם אין ארץ ישראל לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל.
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענעם באזוך אין מאנטריאל בקרב חסידי בעלזא.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז ארויסגעפארן קיין שווייץ אין ראם פון די מסע הגדולים לטובת קרן עולם התורה, און באזונדער קיין ניו יארק אין ראם פון די מסע הגדולים.
כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א האט אפגעראכטן געהויבענע ביקורי הוד קיין אנטווערפן און לאנדאן צו באשיינען די דינערס לטובת כולל חיבת ירושלים.
כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין ניו יארק בקרב חסידיו.
כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א האט אפגעראכטן א לענגערע ביקור הוד אין אמעריקא צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.
כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א איז אנגעקומען קיין ניו יארק און געצינדן א ליכטל חנוכה בקרב חסידיו.
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א איז ספעציעל ארויסגעפארן קיין ניו יארק מבקר חולה זיין חתנו האדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל.
כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א איז אנגעקומען קיין לאנדאן לרגל השמחה במעונו, און ווי אויך זיך ארויסגעלאזט אויף א לענגערע באזוך אין אמעריקא לטובת דער קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ.
כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א געהויבענע נסיעה קיין אלכסנדר אין פולין מיט די תומכי ובוני מרכז העולמי אלכסנדר ביומא דהילולא פונעם ישמח ישראל זי"ע.
כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט באזוכט אין ניו יארק און געדינט אלס נואם הכבוד ביים דינער פון כולל שומרי החומות.
הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האט אונטערגענומען א ערשטמאליגע נסיעה קיין מאראקא, און א נסיעה י' אייר קיין קאמארנא.
הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א איז געווען צוגאסט אין ניו יארק צום רייכן מעמד כולנו שותפים לטובת מוסדות נחלת יעקב.
כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א האט אפגעראכטן א נסיעה קיין ארץ הקודש צו באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון תחת נשיאותו.
כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א איז אנגעקומען קיין לאנדאן לרגל די חתונה פון א אייניקל.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט אונטערגענומען א מסע הקודש קיין אמעריקא און קיין ארץ ישראל, און איז חודש אב אנגעקומען קיין ארץ ישראל וואו ער האט געוויילט אין הר יונה אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענעם נסיעה קיין ארץ הקודש.

כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענעם נסיעה קיין ארץ הקודש.
כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א איז ארויסגעפארן עטליכע מאל קיין ניו יארק לטובת דער מרכז העולמי דזיקוב וויזניץ.
כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א האט אונטערגענומען א לענגערע מסע התרוממות פון עטליכע וואכן קיין ניו יארק.
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט אפגעראכטן געהויבענע ביקורי הוד אין לאנדאן און אין אנטווערפן, ווי אויך איז פארגעקומען א באזוך פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אין ארץ ישראל.
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענע ערשטמאליגע באזוך אין ניו יארק, וואס האט צוגעצויגן מאסן חסידים להסתופף בצילו.
הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל לרגל די חנוכת הבית פון נייעם ביהמ"ד אין ביתר.
כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א האט אפגעשטאט א ביקור קודש אין מאנטשעסטער.
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט אפגעראכטן א ערשטמאליגע באזוך אין לאנדאן לרגל א משפחה שמחה.

כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענע נסיעה לקברי הצדיקים אין אייראפע מיט נגידים ותומכים.
הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי מסקווירא שליט"א האט אפגעראכטן א לענגערע באזוך אין מאנטריאל, ווי אויך א באזוך אין ישוב רמה ד' בית שמש אין ארץ ישראל.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
דורכאויס די פארלאפענעם יאר תשפ"ו, איז שטארק אנגעמערקט געווארן פארשידענע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן איבער די גאנצע וועלט, ספעציעל א רייע מאסיווע בוי פראיעקטן, היסטארישע הנחת אבן הפינה מעמדים, און חנוכת הבית פייערונגען אין פילע חצרות הקודש, אין צוגאב צו נייע קריות און פרישע ישובים וואס זענען באנייעט און פארברייטערט געווארן דעם יאר.
בחצר הקודש סאטמאר האט מען אריינגענומען דעם ריזיגן באלקאן פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל אלס א טייל פונעם היכל הביהמ"ד להוסיף על העזרות אין די ימים טובים. באזונדער איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע קאנסטרוקציע צו פארגרעסערן און פארשענערן ביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל.
בחצר הקודש בעלזא האבן די חסידים אויפגענומען מיט גרויס שמחה די ערשטע פלענער צו פארברייטערן דעם היכל הביהמ"ד און די גרויסע שטוב אינעם מרכז העולמי דחסידי בעלזא.

בחצר הקודש וויזניץ איז געמאלדן געווארן די ערשטע פלענער פאראויסצוגיין מיט שלב ב' פון מרחיב זיין די גבולים פונעם ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ אין בני ברק.
זוממער היי יאר האט ק"ק סקווירא באשלאסן צו צונעמען דעם אלטן ביהמ"ד אין שיכון סקווירא נאכן צוזאמפאל פונעם אינגעווייניגסטער דאך פון ביהמ"ד, סותר על מנת לבנות, אויפצובויען א ריזן היכל הטישן און גיגאנטישער היכל התורה.
בחצר הקודש צאנז איז געלאזט געווארן א מאסיווע רענעוואציע פארן היכל המתיבתא. בחצר הקודש פשעווארסק האט מען דעם ענדע ווינטער, ווידער באנייט דעם נייעם ביהמ"ד נאכן פארענדיגט ווערן בתכלית השלימות בכלילת היופי וההידור, נאכדעם וואס די אינסטאנצן האבן אפגעשפארט דעם נייעם בנין צוליב זיכערהייט מאסנאמען. בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אין בארא פארק איז געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווע פראיעקט צו רענאווירן דעם ביהמ"ד הגדול.
בראשית השנה האט מען בחצר הקודש באבוב 45 מיט גרויס התרגשות באנייט דעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין בארא פארק, דער מעמד חנוכת הבית איז געפראוועט געווארן ביים נעילת החג שמחת תורה ברוב שמחה וצהלה.

בחצר הקודש אלכסנדר איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה פארן מאסיוון בנין מרכז העולמי אלכסנדר אין בני ברק. בחצר הקודש דזיקוב וויזניץ האט מען באחרית השנה באנייט דעם נייעם ביהמ"ד הגדול מרכז העולמי אין בית שמש. בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אוקענוויין איז פארגעקומען די פתיחת שערים פונעם ביהמ"ד החדש.

בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן איז געפראוועט געווארן א חגיגה מפוארה צום חנוכת הבית פונעם מאיעסטעטישן ביהמ"ד הגדול בעיר הבירה. בחצה"ק זוטשקא איז פארגעקומען א גרויסע וועידה "כי בא אורך" להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול זוטשקא אין בני ברק, און באזונדער האט מען זיך אריינגעצויגן אין א נייעם היכל הביהמ"ד רחבת ידיים. בחצר הקודש צאנז זמיגראד אין בארא פארק ווערט דער אלטער ביהמ"ד אראפגעווארפן פאר א מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד הגדול. בחצר הקודש ליסקא האט מען אפגעהאלטן א מסיבת פרידה פארן ביהמ"ד הישן לרגל דעם אויפבוי פון דעם נייעם ביהמ"ד הגדול.

אן אומגעהויערע פרייד האט ארומגענומען חסידי בעלזא מיטן ערהאלטן די ידיעה איבער דעם אויפבוי פון די נייע בעלזא שטאט "קרית בעלזא ארה"ב" אין וואלדען, ניו יארק. בחצר הקודש סקווירא איז אפגעקויפט געווארן א מאסיוון שטח אין וועסטקליף, ענגלאנד, אלס א צענטער פאר קהל ומוסדות סקווירא אין די געגנט. בחצר הקודש באבוב האט מען אנגעהויבן בויען א גיגאנטישן בנין של חסד פאר די פילע חסד פראיעקטן, שמחה זאלן און מקוה טהרה, און באזונדער איז פארגעקומען די קביעת מזוזות אינעם ניי-רענאווירטן חסד שטוב פון יחד דבאבוב. בחצר הקודש באבוב 45 איז פראקלאמירט געווארן דער אופקויף פון נייע מחנות הקיץ פאר די מוסדות. בחצר הקודש קארלין סטאלין איז געפייערט געווארן די גרינדונג פון א נייע קהילה אין האוועל, ניו דזשערזי. קהילת פני מנחם האט ערהאלטן א שטח אדיר פונעם שטאטראט אין ירושלים אויפצובויען א ביהמ"ד אדיר ומפואר פאר די קהילה.

אין שטאט עמנואל איז באשטעטיגט געווארן דעם נייעם ישוב דחסידי וויזניץ בית שמש, ווי אויך האט חצר הקודש לעלוב געגרינדערט דארט א נייע קהילה און ביהמ"ד, און כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א האט דארט באזוכט צום ערשטן מאל בקרב הקהילה וואס איז נתייסד געווארן מיט א יאר צוריק.
בחצר הקודש סאדיגורא איז נתייסד געווארן בתי מדרשים אין רמה ד' בית שמש און אין בארא פארק. אין ק"ק טשערנאביל טשערנאביל אנטווערפן האט מען געשלאסן מקח אויף א נייעם ביהמ"ד. בחצר הקודש באבוב איז מען אריין אין שוואנג מיט די מלאכת הבניה פארן נייעם ביהמ"ד הגדול באבוב אין ירושלים עיה"ק.
בחצרות הקודש סאטמאר איז פארמירט געווארן די עפענונג פון נייע בתי מדרשים ברחבי תבל, דער נייער ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אין לינדען, דער אפקויף פון א נייעם ביהמ"ד אין דעם ישוב קענוויי איילענד אין ענגלאנד, די חנוכת הבית פון ביהמ"ד לב אהרן אין מאנסי, און די חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד "ישראל שלום" אין קרית יואל. בחצר הקודש דושינסקיא האט מען באנייט נייע חדרי תפלה אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, ווי אויך האט מען מחנך געווען דעם נייעם ביהמ"ד אין רמה ג' בית שמש.
בחצר הקודש תולדות אהרן איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה פארן ביהמ"ד הגדול אין חריש, און עס איז געגרינדעט געווארן א נייער ביהמ"ד אין רמת שלמה. בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא איז אפגעהאלטן געווארן די חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש אין ירושלים. בחצר הקודש קארלין סטאלין איז געפייערט געווארן די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד אין גבעה B ביתר, אזוי אויך איז דאס יאר געשלאסן געווארן מקח פארן נייעם ביהמ"ד וויזניץ וויליאמסבורג אין מאנסי.

בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג איז אין א בליץ שנעלקייט אויפגעבויט געווארן א בנין אדיר פאר מתיבתא צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, בחצר הקודש סאטמאר איז געשלאסן געווארן מקח פאר א נייעם גיגאנטישן שטח אין בלומינגראוו פארן קרית הישיבות דסאטמאר, אויך איז אפגעקויפט געווארן א הערליכן נייעם בנין אין וואדבערי פאר די מתיבתא שיעור ד' אין קרית יואל. בחצר הקודש וויען איז פארגעקומען די חנוכת הבית פונעם נייעם בנין הישיבה קטנה.
בחצר הקודש וויזניץ לאנדאן איז פארגעקומען די חנוכת הבית פונעם נייעם בנין הישיבה גדולה זכרון יהודה. בחצר הקודש טאהש איז געפראוועט געווארן די הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין הישיבה גדולה אין טשעסטער, ניו יארק. ווי אויך איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה פאר מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק.
בחצר הקודש סאטמאר איז געפייערט געווארן די חנוכת הבית פונעם בנין בית חינוך לבנות אין בני ברק בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים גרויסן מסע הקודש, ווי אויך דער אפקויף פונעם נייער בנין המוסדות אין מאנטריאל, און די חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "בית רחל" בנין מאנדל אין וויליאמסבורג. בחצר הקודש באבוב 45 איז געפייערט געווארן די עפענונג פון דעם נייעם תלמוד תורה אין ירושלים עיה"ק און דער הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד אין לאנדאן. בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג איז געעפענט געווארן א נייעם תלמוד תורה אין בני ברק, אין לאנדאן איז געעפענט געווארן דעם נייעם תלמוד תורה דחסידי צאנז. בחצר הקודש וויזניץ בארא פארק איז געפייערט געווארן די עפענונג פון די נייע מיידל שולע "בנות הינדא", בחצר הקודש תולדות אהרן איז אפגעהאלטן געווארן די חנוכת הבית פארן תלמוד תורה אין טבריה.

בחצר הקודש וויזניץ מאנסי איז געמאלדן געווארן איבער די עפענונג פון דעם נייעם אולם איינהארן לויט די חתונה תקנות. אין מאנסי איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה פארן נייעם בעלזא תלמוד תורה. בחצר הקודש סקווירא איז אפגעהאלטן געווארן די חנוכת הבנינים פון מוסדות סקווירא מאנטריאל ביים שבע ברכות ביים רבינ'ס הויף. בחצר הקודש ראחמיסטריווקא לעיקוואד איז געשלאסן געווארן דער מקח אויפן שטח פארן תלמוד תורה זכר יוחנן. בחצר הקודש וויזניץ מאנטריאל איז געהאלטן געווארן גמר המקח פאר א בנין רחבת ידים פאר די בליענדע מוסדות בנשיאות האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל. ווי אויך איז געפייערט געווארן די התייסדות פונעם נייעם תלמוד תורה און מתיבתא תולדות יהודה אין בארא פארק.
לא ימושו מפיך ומפי זרעך
דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר זענען געפראוועט געווארן גרויסע און היסטארישע רבישע שמחות בחצרות הקודש, חתונות וואס האבן צונויפגענומען מאסן חסידים, אנדערע שמחות האבן געטראגן א ספעציעלן באדייט, ווען די גאלדענע קייט פון שלשלת הזהב ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת.
א צאל אדמורי"ם האבן דאס יאר זוכה געווען צו דערגרייכן נאך א גלאנציגן רינגל אינעם שלשלת הזהב בלי עין הרע. בראש ובראשונה איז געפראוועט געווארן בחצר הקודש סאטמאר די היסטארישע שמחת הנישואין פון דעם ערשטן אור-אייניקל דור רביעי ביים רבי'ן שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן "גרינהאוז קאמפלעקס" אין די נעווי-יארד, במקהלות אלופי אלפי החסידים.

בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא איז געפראוועט געווארן דאס יאר די חתונה הגדולה פון דעם ערשטן אור-אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, מיט דעם חתן א אייניקל ביים רבי'נס שוואגער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א.
אינעם וויזניצער הויף אין מאנסי איז געפראוועט געווארן די גרויסער חתונה הגדולה פונעם ערשטן אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, די עלטסטע אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
בחצר הקודש ראחמיסטריווקא איז געפראוועט געווארן א גאר היסטארישע שמחה, די בר מצווה פונעם ערשטן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שאטער ביים ביהמ"ד הגדול סלאנים אין ירושלים, מאסן חסידים האבן זיך מיטגעפרייט ביי די זעלטענע שמחה אשר לאו בכל יומא אתרחיש.

אינעם סקווירא הויף איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הברית פון דעם ערשטן דור חמישי ביים רבי'ן שליט"א, און בחצר הקודש וויזניץ איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון דעם ערשטן דור רביעי בן אחר בן ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

אין עטליכע רעבישע הויפן האבן די חסידים זוכה געווען זיך מיטצופרייען ביי גאר זעלטענע שמחות ווען ביים רבי'ן זעלבסט איז געבוירן געווארן א קינד למזל טוב. כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט דעם ווינטער אריינגענומען זיין זון בבריתו של אברהם אבינו ביי א רייע מעמדי קודש לפניה ולאחריה לקול מצהלות החסידים. אויך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט זוכה געווען צו א בן זכר למזל טוב. כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ שליט"א האט געמאכט א ברית פאר זיין ניי געבוירענעם זון ישראל ניסן, הנקרא שמו בישראל פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר בעל נועם ישראל מקרעטשניף ק"ג זצ"ל. ווי אויך איז ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א און כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קאנאדע שליט"א געבוירן געווארן מיידלעך למזל טוב.


אין עטליכע חצרות הקודש האט מען זיך מיטגעפרייט ביי א דאפלטע שמחה אינעם הויף. בחצר הקודש באבוב-45 איז געפראוועט געווארן די ערשטמאליגע היסטארישע שמחה פון חתן-כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א. בחצר הקודש בוהוש איז צום צווייטן מאל געפראוועט געווארן א חתונה פון צוויי אייניקלעך ביים רבי'ן. בחצר הקודש סלונים איז געשלאסן געווארן א שידוך פון צוויי אייניקלעך ביים רבינ'ס עלטסטן זון אב"ד סלונים ביתר. בחצר הקודש אלכסנדר האט מען זיך מיטגעפרייט ביים שמחת קשרי החיתון פון חתן-כלה אייניקלעך ביי די ברודער כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א ואחיו הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א.


נאך ספעציעלע שמחות זענען אפגעראכטן געווארן דאס יאר: די גרויסע חתונה בחצרות הקודש לבית וויזניץ פון בני ברק, קייאמישא און בית שמש, וואס איז פארגעקומען אין בני ברק במקהלות אלפי החסידים; די חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר מלעלוב וואס איז פארגעקומען אין לאנדאן מיט א אייניקל פון ש"ב האדמו"ר מלעלוב ירושלים; די חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר ממודזיץ וואס איז פארגעקומען אין לאנדאן; און די חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר מלעלוב פון אמעריקא וואס איז פארגעקומען על אדמת ארץ הקודש.

אין א זעלטענע ערשיינונג האבן א צאל גדולי ישראל חתונה געמאכט אין די צייט וואס זיי זענען געזעסן שבעה ל"ע, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט חתונה געמאכט א אייניקל זייענדיג בתוך ימי השבעה צו די פטירה פון די שוועסטער די ראחמיסטריווקא רעבעצין ע"ה, און עפ"י פסקי רבני סקווירא האט דער רבי אנטייל גענומען ביי חלקים פון די שמחה, אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א געטאנצן מצווה טאנץ ביים חתונה פון א אן אייניקל בתוך ימי השבעה, אויך כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון א אייניקל בתוך השבעה צו די הסתלקות פונעם ברודער האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל
א באזונדערע געהויבענע איבערלעבעניש איז געווען ווען די אדמורי"ם האבן אליין אונטערגעפירט זייערע קינדער אונטער די חופה. כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה; כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א האט אונטערגעפירט בנו החתן מיט נכדת דודו האדמו"ר מוויזניץ ירושלים; כ"ק אדמו"ר מזוועהיל האט אונטערגעפירט בנו החתן מיט בת האדמו"ר מטרעבישאן; כ"ק אדמו"ר מזוטשקא האט אונטערגעפירט בנו החתן; כ"ק אדמו"ר מסקווירא ב"פ שליט"א האט אונטערגעפירט בנו החתן מיט די כלה בת אחיו הרה"צ רבי פנחס טווערסקי; די חתונה פון בן המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן; ביי די חתונה פון בן האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת; די חתונה פון בת האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים; די חתונה פון בן האדמו"ר מאמשינוב בית שמש מיט די אייניקל פון האדמו"ר מאמשינוב; די חתונה פון בן האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג; די חתונה פון בת האדמו"ר מתולדות משה; די חתונה פון בת האדמו"ר מאמשינאוו אמעריקא; די חתונה פון בת האדמו"ר ממאשלוי; די שמחת הנישואין פון בתו הצעירה פון האדמו"ר מספינקא 18; צוויי חתונות במעונו פון האדמו"ר מאפאלע שליט"א; און די חתונה פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם, בנו הצעיר פון האדמו"ר בעל ביכורי חיים מצאנז זמיגראד זצ"ל.






תגובות