מוצ"ש פ' חקת בלק - י"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א האט זיך דעם דאנערשטיג ארויסגעלאזט מיט א פריוואטע פליגער פונעם מקום הנופש אין שווייץ אויפן וועג קיין אונגארין, ווי די רבי וועט וויילן ביז איבער שבת אין שואט דאראג סמוך ונראה צום ציון זקינו הרה''ק בעל 'אמרי שפר' זי''ע.
אינעם לופטפעלד אין דעברעצין האבן אפגעווארט א גראפע מקורבים און בני המשפחה וועלכע זענען געקומען צופארן פון ארץ ישראל. די רבי איז תיכף צוגעפארן צום שטאט דאראג אין ביים אנקומען האט זיך די רבי אומגעקוקט ביי די נייע מקווה טהרה הארט לעבן די בנין הכנסת אורחים וואס איז אין די טעג פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר, אין די רבי האט דערביי מאציל געווען מברכות קדשו לרוב פאר בנו הרה"צ ר' אפרים פישל ראזנפעלד וועלעכע שטייט בראש פונעם ההכנסת אורחים אין דאראג און פאר אלע עוסקים און מסייעים במלאכת הקודש.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות אינעם נייעם צוגעבויעטער פליגל פונעם בנין הכנסת אורחים ווי עס איז אהערגעשטעלט געווארן א נייע דירה רחבת ידיים פארן רבין שליט"א, די רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך מכבד געווען די קינדער צו קלאפן די אנדערע מזוזות, דאן איז די רבי צוגעגאנגען צו א פענסטער אינעם דירה קעגן איבער דעם אהל הק' אין ארויסגעקוקט צום ציון מיט גרויס התרגשות.
נאך מעריב האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם דירה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, די רבי האט פארטיילט וויין פאר די אלע עוסקים במלאכת הקודש, און אנגעוונטשן מברכות קדשו.
ערב שבת פארמיטאג נאך שחרית איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' און פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און יהי רצון מיט גרויס השתפכות הנפש.
אויף שבת האט די רבי געוויילט אין שטאט דאראג, און געפראוועט די תפילות און טישן אינאיינעם מיט א ענגע צאל מקורבים און בני המשפחה אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים.
אינעם בילד: ביי מלוה מלכה היינטיגן מוצאי שבת אין דאראג.
Comentários