top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער ביים הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי קרעטשניף סיגעט לזכרו פון הרה"ח ר' משה ראטה ז"ל ראה"ק‎

מיטוואך פ' ויחי • ט"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי קרעטשניף סיגעט און תושבי ירושלים עיר הקודש האבן זיך פארלאפענע וואך מיטגעפריידט בשמחת התורה, ביי די געהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר בחצר הקודש קרעטשניף סיגעט, לעילוי נשמת הרב החסיד ר' משה ראטה ע"ה ראש הקהל חסידי קרעטשניף סיגעט און מחשובי תלמידי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע, די ספר תורה איז אריינגעגעבן צום גרויסן בית המדרש דחסידי קרעטשניף סיגעט אויף רחוב ראפאפארט, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א במעמד קהל רב.


איידער די מעמד הכנסת ספר תורה האבן פילע אדמורי"ם ורבנים אריינגעשריבן א אות אין די ספר תורה, צווישן זיי האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, ראחמיסטריווקא, פינסק קארלין, זוועהיל, משכנות הרועים, הגאון ר' יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילת הפרושים, הגה"צ ר' יעקב מענדל יאראוויטש חבר ביד"ץ העדה החרדית ומחשובי חברי הקהילה, הגה"צ ר' משה בראנדסדארפער גאב"ד היכל הוראה, און נאך פילע רבנים דיינים וראשי ישיבות.


צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ערשינען אין שטוב פון משפחת ראטה הנכבדה און אריינגעשריבן די לעצטע אות אין ספר תורה, דאן האט דער רבי ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, ווען די ריזן ציבור פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה טאנצן לעבעדיגע ריקודין אויף די גאסן פון שמואל הנביא ביז רחוב ראפאפארט, אנקומענדיג אין בית המדרש איז די גאנצע היכל שוין געווען איבערגעפולט, הונדערטער חסידים זענען געשטאנען אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס און מיטגעהאלטן די געהויבענע ריקודין בשלהבת אש קודש, ווען דער רבי טאנצט בעוז ותעצומות אין צענטער פון היכל מיט א זעלטענע שמחת התורה.


נאך די ריקודין פאר לענגערע שעות האט דער רבי פארגעזאגט די מזמורים כנהוג, און הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער חבר ביד"ץ העדה החרדית איז מכובד געווארן צו האלטן די ספר תורה. דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש, און זיך דאן ווידער ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיט די ספר תורה, און עס דערנאך אריינגעשטעלט אין ארון הקודש.


נאך מעריב איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה כיד המלך לכבודה של תורה, במשך די סעודה האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער חשובער גאסט פון ניו יארק הגה''צ רבי יחזקאל שרגא ראזנבוים אבד''ק קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג א זוהן פון רבי'ן אין דברי ברכה איז געהערט געווארן דורך הגה''צ רבי ישראל יצחק מנדלזוהן אב''ד קוממיות ירושלים. עס האבן זיך באטייליגט כ"ק האדמורי"ם מסקולען ירושלים, ווערדאן ירושלים, שידלאווצא, מבקשי אמונה, וויטעבסק, אב"ד קוממיות, הגאון ר' גמליאל ראבינאוויטש און נאך. בשעת די סעודה האט מען געהערט ווארעמע דרשות פון הרבנים הגאונים, און דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווארעמע דברות וברכות קודש פונעם רבי'ן לכל העם הנאספים.















































Comments


bottom of page