מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
די לעצטע מיטוואך נאך מעריב איז פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לרפו"ש א מעמד סיום כתיבת אותיות אויף די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צומארגנס דאנערשטיג צום ביהמ"ד דחסידי תולדות אברהם יצחק אין בית שמש נדבת משפחת וויזל, די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן די נדבן ובני משפחתו, בנו הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תוא"י בית שמש און אלע אנוועזנדע.
留言