top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרבנית הצדקנית מרת הענדל ברים ע"ה

דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת


און ירושלים איז היינט נפטר געווארן האשה החשובה הרבנית מרת הענדל ברים ע"ה, אלמנת הרה''ח המפואר רבי ראובן ברים ז''ל מנהל רוחני פון ת"ת באיאן אין ירושלים, עלסטער טאכטער פון הגאון הצדיק רבי יהודה אריה דייטש זצ"ל ראש ישיבת אנשי מעמד, וואס איז היינט נפטר געווארן און עלטער פון 86 יאר. די לוי' איז ארויס פונעם בית הלויות שמגר אין ירושלים צום הר המנוחות וואו די חשובע נפטר איז געקומען לקבורה.


די קינדער הרבנים שליט"א זיצן שבעה און איר שטוב רחוב צפניה 22 ביז מארגן מיטאג ערב ראש השנה. דער ברודער הגאון הצדיק רבי מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה וועט זיצן שבעה מארגן ערב שבת און ביהמ"ד 'יד הרמ"ה' און רמת שלמה געגענט פון 9:00 ביז 11:00 פארמיטאג. די שוועסטער הרבנית מקאמארנא זיצט שבעה אין איר שטוב אין שכונת ארזי הבירה אין ירושלים, די שוועסטער הרבנית מלעלוב ירושלים זיצט שבעה אין איר שטוב אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


Comments


bottom of page