top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא הרה"צ רבי ישעי' משולם זוסיא אנגענימען כתר האדמורו"ת אין וויליאמסבורג

מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי ומעריצי בית ראחמיסטריווקא בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג, האבן אין א היסטארישע און פריידיגע שטימונג ערהאלטן די בשורה טובה ומהרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא הרה"צ רבי ישעי' משולם זוסיא שליט"א האט אנגענומען די כתר האדמורו"ת, און וועט אין די נאנטע צוקונפט זיך אריבערציען קיין וויליאמסבורג אנצופירן די עדה הקדושה, ממשיך זיין דרך אבותיו הקדושים לשם ולתפארת.

דער רבי שליט"א וועלכער איז דער פערטער זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, און עלטסטע איידעם ביי זיין פעטער כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, האט פאר לאנגע יארן געוואוינט אין בארא פארק זייענדיג פון די געהויבענע משפיעים פאר חסידי ראחמיסטריווקא, און לאנגיעריגער מרביץ תורה און מגיד שיעור אין ישיבה עסק התורה ד'ראחמיסטריווקא.

ווי געמאלדן, איז דער רבי געשטאנען אין שפיץ פון די ראחמיסטריווקא קהילה אין לינדען פאר די לעצטע צוויי יאר, זייענדיג דער מוליך ומביא מביתו נאוה קודש פון זיין גרויסן טאטן דער רבי זצ"ל פאר די חברי הקהילה. מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער רבי אפגעשריבן א מכתב קודש פאר די חסידים תושבי לינדען וואו ער בעט אנטשולדיגונג פארן נישט קענען ממשיך זיין צו פירן די קהילה אין לינדען, און אצינד איז געמאלדן געווארן אז דער רבי האט אנגענומען די כתר האדמורו"ת בקרב חסידיו אין וויליאמסבורג, נאכפאלגענדיג די געהויבענע יום טוב שמחת תורה וואס דער רבי האט געפראוועט אין שטאט, במקהלות עם רב חסידי ראחמיסטריווקא תושבי העיר און פילע געסט.

נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען א אסיפה צווישן די טובי הקהל און די עסקנים, וואו דער רבי איז נעתר געווארן לבקשתם און אנגענומען די הנהגת העדה אין וויליאמסבורג, א גרויסארטיגע שבת הכתרה ווערט געפלאנט אין איינער פון די קומענדיגע שבתים, וואס וועט צונויפברענגען הונדערטער חסידים פון נאנט און ווייט.

דעם קומענדיגן מאנטאג נאכט וועט פארקומען די ערשטע מעמד אין וויליאמסבורג אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, דער רבי וועט מעריך זיין א לחיים טיש לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי דוד'ל סקווערער זי"ע, און דערביי משמיע זיין דברי תורה וברכה לרגל המאורע.

יאריך ימים על ממלכתו


די מודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן מטעם קהל ראחמיסטריווקא אין וויליאמסבורג איבער די התמנות פונעם רבי'ן שליט''א




Comments


bottom of page