מאנטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט געפילן פון התרגשות און געגועים האבן חסידי ראחמיסטריווקא אין וויליאמסבורג מיטגעלעבט א געהויבענע מעמד לחיים נעכטן זונטאג אויפדערנאכט, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א איז ערשינען בשערי העיר און אפגעראכטן א מסיבת לחיים רבתי לכבוד די גרויסע חגיגה, מיטן התמנות פונעם רבי'ן שליט"א לכהן פאר אלס אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג און פירן די עדה הקדושה בדרך אבותיו הקדושים.
די מעמד איז פארגעקומען אין היכל ישיבת מבוא התלמוד, וואס געפונט זיך אינעם זעלבן בנין פון בית המדרש דחסידי ראחמיסטריווקא ביים ווינקל פון ווייט עוועניו און קיעפ סטריט, צוליב די ריזן ציבור וואס האט זיך באטייליגט איז די מעמד פארגעקומען אונטן אינעם היכל הישיבה וואס איז פיל גרעסער צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור.
אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמורי"ם ורבנים חשובי העיר וויליאמסבורג, דעם רבינ'ס מחותן און ערשטע קאזין כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, הגה"צ ר' חיים מאיר הורוויץ דומ"ץ וויזניץ וויליאמסבורג בשליחות הקודש פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג א פעטער פארן רבי'ן שליט"א, הגה"צ ר' מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א ראש ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, די קינדער און איידימער פון כ"ק האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא שליט"א, און די קינדער און איידימער פונעם רבי'נס שווער כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן הרה"ג ר' הערשל ראזענבערג דומ"ץ קהל צמח צדיק ויזניץ און נאך פילע רבנים און דיינים.
הרה"ג ר' חיים יעקב כהן שליט"א לאנגיעריגער משפיע און דיין אין די קהילה, האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און מקבל געווען את פני הקודש, דערמאנט מפי ספרים וסופרים די געוואלדיגע זכות וואס מען האט אז די קינדער זענען ווייטער ממשיך דעם הייליגן אויסגעטראטענעם דרך, און אזוי איז ווייטער ממשיך די השפעות טובות פונעם צדיק אפילו ער געפונט זיך שוין נישט בעלמא הדין.
דאן האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים און געטיילט לעקאך פאר די חסידים. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, זאגענדיג אז דאס וואס מיר האבן אמאל געהאט בצילא דמהימנותא איז שוין ליידער נישטא, עס איז אזוי ווי א לעכט וואס האט זיך פארלאשן, אבער עס גייט נאך א רויעך פון אויבן, און כל זמן מ'כאפט זיך אן אין די רויעך האט מען נאך א קשר עליון. דערביי האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און דער גאנצער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים.
נאכן מעמד איז פארגעקומען קבלת קהל ווען די חסידים זענען אריין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך, הרב החסיד ר' דוד וויינבערגער מחשובי חסידי ראחמיסטריווקא אין וויליאמסבורג האט געשריבן קוויטלעך, און די חסידים האבן זיך געוואונטשן מזל טוב למען יאריך ימים על ממלכתו, מ'זאל קענען זוכה זיין לאנגע יארן ליהנות מזיו אורו און נהנה זיין עצה ותושיה, בדרך המסורה על דרך רבותינו הקדושים עד ביאת גואל צדק.
Comments