top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קוֹל צָהֳלָה וְרִנָּה • שבת באווארפן בחצר הקודש מונקאטש | גאלעריע

זונטאג פ' ויחי • י"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם שבת איז פארגעקומען די שמחת האויפרוף פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, די חתן יונגסטער קינד פון בנו הגדול הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש ראש ישיבת מונקאטש, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אפרים שלמה הלברשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק רודניק שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אב"ד סאטמאר לעיקוואוד. די שמחת האויפרוף איז געפראוועט געווארן אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק, וואו א ריזן ציבור חסידים אין געסט האבן מיטגעהאלטן די שבת של שמחה.


ערב שבת פארן זמן האט די רבי שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פארן חתן, פרייטאג צונאכטס איז פארגעקומען די עריכת שולחן הטהור באלד נאכן דאווענען, וואו די רבי שליט''א האט מקדש געוועהן על הכוס אין אפגעראכטן דעם שולחן הטהור בהתרוממות הנפש. ביים קידושא רבה שבת אינדערפרי האבן הונדערטער אידן באלאגערט דעם גרויסן מונקאטשער ביהמ''ד אפצוגעבן מזל טוב פאר די מחותנים אין די ראש בית אב כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א. מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל כנהוג, בתופים ומחולות.














bottom of page