דאנערשטאג פ' פקודי • ד' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדערטער ביאלא חסידים האבן זיך היינט נאכט צוזאמגענימען אויף אן עצרת תפילה ובקשת רחמים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, איינצורייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פון מורם ורבם כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א מרן בצלאל שמחה מנחם בנציון בן חנה פעשא לרפואה שלימה וועלכער איז היינט אריינפירט געווארן אין שפיטאל אין איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
דעם רבינס זוהן הגה"צ רבי יוסף רבינוביץ שליט"א ראש ישיבת ביאלא האט געדינט אלס שליח ציבור, מען האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים אין קאפיטל קי''ט נאכגעפאלגט מיטן יהי רצון בהתעוררות רב "ותשלח רפואה שלימה לחולי עמך" מיט א תפילה די רבי שליט"א זאך ווי אמשנעלסטן צוריק קומען צו די כוחות אין קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אומגעשטערט.
Comments