פרייטאג פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א געהויבענעם שבת של שמחה איז פאריבער בחצר הקודש ווי'זניץ ביים שבת שבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, די כלה א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילע חסידים פון אלע שטעט מיטצוהאלטן האי שבתא דריגלא, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים ומכובדים צווישן זיי הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
צו מנחה ערב שבת איז צוגעגאנגען די זיידע הגה"צ אב"ד אולם שליט"א, צו קבלת שבת די מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א, ביי והיו למשיסה איז די רבי אראפ אין צענטער פון בית מדרש און געטאנצן מיט נכדו החתן, נאכן דאווענען האט די רבי געוואונטשן גוט שבת פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, און מען האט געזינגען שלום עליכם. די בני המשפחה האבן געגעסן די סעודה בצוותא חדא אין די זאלן פון היכלי מלכות, ווי עס האבן אויפגעטראטן מיט א דרשה די מחותן הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א און זיין שוואגער הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס דומ"ץ ספינקא בארא פארק. ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט די רבי מכבד געווען מיט ניגונים די פלאמעניק הרה"צ חיים מאיר בן הרה"צ אהרן מענדיל טווערסקי נכד כ"ק אדמו"ר מסקווירא, און די ארכיטעקט פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול הרה"ח ר' אהרן אסטרייכער הי"ו, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"צ חיים מאיר טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקוירא. די ברכות ראשונות די מחותן אב"ד ברעזאן, און ברכה אחריתא הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח, די טיש האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פינעף שעה.
בצפרא דשבתא האט מען באגלייט דעם חתן פון שטוב פונעם מחותן הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, ווי די רבי האט אפגעווארט ביים ווינקל פונעם שלמה המלך גאס און באגלייט ביז צום ביהמ"ד, די רבי האט געזאגט ברכות און צוגעשיקט צו פסוקי דזמרה די ברודער פונעם חתן הרה"ג ר' שלום מרדכי פריעדמאן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג שליט"א, צו שחרית איז צוגעגאנגען דעם רבינס איידעם הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א, און שמונה עשרה די מחותן אב"ד ברעזשאן שליט"א. ביי קריאת התורה האבן עולה געווען הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח, הגה"צ ר' יהושע שלום ווייס דומ"ץ ספינקא, הרב מנחם שלמה אשכנזי אייניקל פון האדמו"ר מסאטמאר א שוואגער פונעם חתן, הרב חיים מאיר טווערסקי נכד האד' מסקווירא, הרב ישראל מנחם נחום רוקח נכד האד' מבעלזא, הנגיד החסיד ר' חיים שטערן פון קווינס א פעטער ביי די שמחה, און מפטיר די זיידע אב"ד אולם, מוסף האט געדאווענט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעזלא.
ביים מיטאג טיש האט די רבי מכבד געווען מיטן בענטשן הרה"צ רבי יהושע שלום וייס דומ"ץ ספינקא מיט די שבע ברכות די קרובי המשפחה און ברכה אחריתא די פעטער אב"ד סעליש. בעת רעווא דרעוין ביי שלש סעודות האט די רבי מרחיב געווען בדיבורו מיט דברי הדרכה לימי הקיץ און זיך באדאנקט פאר די פילע געסט בפרט פאר הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א און אלע קרובי המשפחה. נאך הבדלה איז די רבי געטאנצן מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי און די קינדער. כנהוג מקדמת דנא איז פארגעקומען די באגלייטן ווי מען האט אהיים באגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה לביתו נאווה קודש ווי די חסידים זענען געשטאנען אויסגעשוהרט ברחובה של עיר, אנקומענדיג לביתו נאווה קודש איז די רבי שליט''א ארויף אויפן בימת הכבוד און מאציל געווען מברכות קדשו. נאכן באגלייטן זענען די פילע געסט פון אויסלאנד דורך וואונטשן א גוטע וואך און זיך געזעגענען.
Commentaires