דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די סאטמארער תלמוד תורה אין מאנסי איז נעכטן מאנטאג פארגעקומען א שיינעם מעמד ווען הרה"ג ר' שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א איידעם ביי כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א האט אריינגעברענגט זיין אינגל היניק וחכים יצחק טובי' נ"י אין די תלמוד תורה ווענט פון די סאטמארער חדר. לכבוד די גרויסע שמחה איז געקומען צופארן דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א, צום ערשט איז מען צוגעפארן צום שטוב פונעם זיידן הגאון הצדיק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקא, עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד המאורע.
פון דארט איז מען געפארן צום תלמוד תורה וואו אלע הונדערטער ילדי תשב"ר האבן אפגעווארט אנגעטוהן מיט בגדי שבת כראוי וכיאות אינעם גרויסן עס-זאל פונעם תלמוד תורה, די זיידע האד' מבית חיים יהושע האט געלערנט די א' ב' מיטן קינד, אין דאן משמיע געוועהן מדברות קדשו נאכגעפאלגט מיט קורצע דברי ברכה פונעם זיידן די סאטמאר-מאנסי רב שליט''א וועלכע האבן אלע ארויסגעברענגט רגשי הלב צו די גרויסע שמחה. דערנאך זענען אלע קינדער מיט די מלמדים אדורך וואונטשן מזל טוב, ווי מען האט געטיילט ממתקים לכבוד המאורע.
תגובות