top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער צוויי טעג פאראיבער אויף חסידי ספינקא בארה"ק ביים קורצן ביקור קודש פון האד' מספינקא

מאנטאג פ' בשלח • י"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי ספינקא בארה"ק האבן ווי ברייט באריכטעט געהאאט די זכיה מקבל פנים צו זיין מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מספינקא שליט''א וואס איז אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ארץ הקודש לפאר על ראש שמחתו לרגל די בר מצוה פונעם ערשטן איר אייניקל בלי עין הרע.


מיטוואך אין די נאכמיטאג שעהן איז די רבי שליט''א אנגעקומען צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה אויף א תפילה ביים ציון הק' פון אביו כ''ק האדמו''ר מספינקא זצוק''ל אין זקינו הרה''ק בעל 'אמרי יוסף' מספינקא זי''ע, די רבי האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים אין די יהי רצון מיט גרויס התעוררות אין דערנאך גענימען קוויטלעך פון די חסידים.


אויפדערנאכט איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה אין די זאלן פונעם בית הכנסת הגדול אין בני ברק. עס האבן זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה האדמור''ים לבית ספינקא אין נאך קרובי המשפחה, אויך האט באשיינט די שמחה דעם רבינס מחותן כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א.


בתוך די דברות קודש האט די רבי שליט"א ארויסגעברענט די געוואלדיגע התרגשות אין געפילן פין שמחה אז ער האט זוכה געווען זיך צו באטייליגן ביי דעם שמחה אין באטאנט די גרויס חשק וואס ער געהאט זיך צו קומען צו פאהרן זאנענדיג אז די טאטע ז''ל אין די הייליגע זיידעס למעלה בקודש האבן נישט זוכה געווען צו דעם שמחה פון א בר מצווה פון אן אור אייניקל אין אפגעגעבן א שבח והודאה.צומארגנס דאנערשטאג צופרי איז די רבי אנגעקומען אויף תפילת שחרית בבית מדרשו אויך רחוב רש''י אין בני ברק, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פארן איר אייניקל הבחור הבר מצוה אין נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה. אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי ארויסגעפארן צום לוד לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק.






































Comentarios


bottom of page