זונטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
הונדערטער גערער כולל יונגעלייט זענען אונטער'ן רושם פון די גייסטרייכע נסיעה "אלופי התורה" קיין פוילן, צוגעשטעלט פאר די אברכים מופלגים וואס האבן זיך פארהערט אויף העכער "טויזנט בלאט" גמרא בעל פה, אונטער די ראמען פון די בארימטע "מזומנים" תורה-רעוואלוציע בהתייסדות ונשיאות דער גרויסער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
די נסיעה האט געטראגן א היסטארישן באדייט, ווען מ'האט געפראוועט א שבת שכולו תורה והתרוממות אינעם עיר אבות החסידות "גור", בראשות דעם רבי'נס זון הגה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א ראש הכוללים דגור, ועומד בראש ארגון "תורתו", וועלכער האט אנגעפירט די נסיעה רוממה.
די נסיעה האט זיך ארויסגעלאזט דאנערשטאג בהר, אנקומענדיג צוערשט אין שטאט גור, ווא מ'האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון די מייסדי השולשלת, דער הייליגער חידושי הרי"ם, דער שפת אמת, און דער פאטער פונעם חידושי הרי"ם, הגה"ק רבי ישראל ראטענבערג זצ"ל, וועמענ'ס הילולא איז געפאלן בעצם יום השב"ק.
נאכ'ן מתפלל זיין ביי די אבות החסידות האט מען זיך צאמגעקליבן בבית מדרשו פון אדמור"י גור, וואו דער מנכ"ל איחוד מוסדות גור הרב יונתן בורנשטיין האט מרגש געווען איבער די גרויסע זכי' זיך צו געפינען אין אט דעם מקום קדוש. דערנאך האט מען געהערט די פלאם פייערדיגע דרשה דורך הרה"צ רבי שלמה צבי שליט"א איבער די פריידיגע געשעעניש פון "התורה מחזרת על אכסניא שלה", פארציילנדיג ווי דער בית ישראל זי"ע האט מיט בענקעניש געשילדערט פאר'ן טאטן דער רבי שליט"א פון די אמאליגע טעג אין גור וואו ס'האבן זיך געוואלגערט ש"ס-יונגעלייט, ליידער זענען רובם אומגעקומען עקה"ש און די היינטיגע טעג טרעפט מען נישט אזעלכע מופלגי ש"ס, און דער זיידע דער אמרי אמת זי"ע האט זיך אויך אמאל אויסגעדרוקט מיט ווייטאג ערב שבועות "אין גער האט זיך אין אזעלכע טעג געקאכט א קעסל, וואו זענען זיי היינט?" און ב"ה היינט איז מען זוכה צו די מצוה פון "השבת אבידה", צוריקברענגען דעם גלאנץ פון גור אמאל.
דערנאך האט מען געהערט די דרשה דורכ'ן דומ"ץ הרה"ג רבי משה איינפעלד שליט"א, און דערויף איז פארגעקומען דער "בחינה רבתי", הרה"ג רבי מנחם מענדל פאמעראנץ שליט"א ראש ביהמ"ד מכון "עוז והדר" האט פארגעלייגט די שאלות און די יונגעלייט האבן געענטפערט מיט א שטוינענדע חריפות ובקיאות. דער מעמד האט אויפגעברענגט רגשי עילאה פון חדש ימינו כקדם, דער גערער בית המדרש וואס איז ליידער פארוויסט זינט תרצ"ט קאכט ווידער מיט א ריתחא דאורייתא.
אויף שבת האט הרה"צ רבי שלמה צבי זיך אויפגעהאלטן אין ביתו נאוה קודש פונעם אמרי אמת, ווערנדיג צום ערשטן מאל באנוצט זינט די קריג. דער שבת איז אריבער אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, די ווארעמע תפלות און הערליכע סעודות בהתרוממות הנפש. מוצאי שבת, ליל ל"ג בעומר, האט מען אפגעראכטן א הדלקה ברוב עם. הרה"צ רבי שלמה צבי האט אנגעצינדן די הדלקה און דערויף פארגעליינט ברכת קדשו פונעם פאטער דער רבי שליט"א צום מעמד.
ל"ג בעומר צופרי האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין קראקא, וואו מ'האט פוקד געווען ביים ציון הרמ"א ביומא דהילולא קדישא, און דערנאך האט מען פוקד געווען ביים מגלה עמוקות, דער ב"ח, מגיני שלמה און תוספות יו"ט.
פון דארט האט מען אפגערייזט קיין ליזענסק, וואו מ'האט מעתיר געווען לדבר ישועה ורחמים, און דערנאך האט מען אפגעראכטן א סעודת ל"ג בעומר אינעם ארטיגן הכנסת אורחים. בשבתו עם הלומדים ביי די סעודה האט הרה"צ רבי שלמה צבי איבערראשט מיט'ן פארעפנטליכן דעם סוד, אז רצון קדשו פונעם רבי'ן איז געווען זיך צו זעלבסט משתתף זיין ביי די נסיעה! לכבוד התורה ולומדיה, נאר אין די לעצטע מינוט האט זיך געמאכט א מניעה און ער האט דאס נישט געקענט באווייזן.
בסיום דבריו האט הרה"צ רבי שלמה צבי באדאנקט פאר די נגידים ר' יוסף ארי' ברינער פאר זיינע פאנטאסטישע נדבות פאר'ן ארגון תורתו, און פאר הנגיד ר' משה שווירץ דער מקים "קרן המזמונים" און די תמיכה פאר די לומדים. ווי אויך האט ער באדאנקט פאר הנגידים ר' ישראל מרדכי בורנשטיין און ר' אברהם גאטעסמאן, וואס געבן זיך אוועק פאר די מפעלי התורה והמזמונים בגוף ובממון. פון ליזענסק האט מען זיך אהיימגעקערט צוריק קיין ארץ ישראל, אנגעזאפט מיט רגשי קודש און עמערס חיזוק ממשיך צו זיין בעסק התורה ביז'ן ענדיגן כל הש"ס כולה.
Comments