top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשדוד • ספעציעלער מעמד תפילה ופדיון נפש דורך האד' ממעליץ פאר תושבי העיר אשדוד

דינסטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי


פילע אידן תושבי עיר אשדוד האבן זיך צוזאמגענומען פארלאפענעם דאנערשטאג אויף א ספעציעלע מעמד תפילה ופדיון נפש, בראשות כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, אין ליכט פון די שווערע מלחמה צושטאנד בארץ הקודש, וואס איז פיל שווערער אין שטאט אשדוד וואס געפונט זיך נישט ווייט פון די עזה גרעניץ.

די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בית דוד שאול דחסידי בעלזא אין די זיבעטע קווארטל אין אשדוד, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א מחשובי האדמורי"ם אין שטאט, ספעציעלע צעטלעך איז פארטיילט געווארן מיט די נוסח התפילה, די ספעציעלע קאפיטלעך תהלים, תמניא אפי אויף פארשידענע ווערטער, אריינגערעכנט די אותיות פון די נאמען פון שטאט אשדוד, צו אפשפרעכן א שלעכט אויג פון די שטאט.

א ספעציעלע בימה איז געווען צוגעגרייט נעבן די ארון הקודש וואו כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א האט אנגעפירט מיט די סדרי התפילות, דער רבי האט מסביר געווען די סדר וויאזוי מען זאגט די תפילות לפי קבלה, און געהייסן צולייגן ולכל תושבי ארץ הקודש. דאן האט דער רבי פארגעזאגט די נוסח התפילה, און אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער דברי חיזוק והתעוררות.

































Comentarios


bottom of page