נעים זמירות ישראל: נפטר געווארן לעגענדארער מלחין און בעל מנגן בחצה"ק וויזניץ הרה"ח ר' יצחק אונגאר ז"ל
- Bechatzros admin
- 17 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' שלח • כ''א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען בחצר הקודש וויזניץ, די ווייטאגליכע בשורה איבער די פטירה פון האי ותיק וחסיד, מגדולי המשוררים בחצרות הקודש, הרה"ח המפורסם רבי יצחק אונגאר ז"ל, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר.
ר' יצחק ע"ה, איז א נאמען וואס איז ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט, זייענדיג איינע פון די גרעסטע חסידישע קאמפעזיטער בחצרות הקודש, האבענדיג פארפאסט איבער פופצן הונדערט ניגונים, וואס א גרויס טייל פון זיי ווערן געזינגען מיט כיסופים און געגועים בכל תפוצות ישראל. באזונדער איז באקאנט זיין ניגון אויף 'מנוחה ושמחה' וואס ווערט געזינגען מיט גרויס דביקות ביי אלע וויזניצער טישן און באטעס און דורך חסידים ואנשי מעשה איבער די גאנצע וועלט.
ר' יצחק איז געבוירן בשנת תרצ"ט צו זיין פאטער הרה"ח ר' דוד יוסף אונגאר ז"ל, אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת פונוביזש אין בני ברק, און איז דאן נתקרב געווארן צו מורו ורבו הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, וואס האט אים ארויסגעוויזן א חיבה יתירה און האט איהם אויך פרעזענליך פארבעטן צו פארפאסן ניגונים, סיי פאר די ימים נוראים און סיי אויף שבתים און ימים טובים.
נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין קרית וויזניץ בני ברק, נעבן זיין גרויסן רבי'ן דער אמרי חיים. פאר פרנסה האט ער עוסק געווען אין סופרות, צו שרייבן ספרי תורה, תפילין ומזוזות און אנדערע דברים שבקדושה.
נישט לאנג צוריק האט ר' יצחק אנטפלעקט א מעשה נורא, וואס האט פאסירט נאך די הסתלקות פון זיין רבי'ן דער אמרי חיים אין יאהר תשל"ב איז ער אים געקומען אין חלום און אויסגעלערנט א נייעם ניגון. באלד ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער עס אפגעכאפט און אין די לעצטע תקופה, ווען ער האט געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילטע, האט ער אויסגעלערנט דעם ניגון פאר'ן ציבור.
נאך די הסתלקות פונעם רבי'ן דער ישעות משה האט ער זיך מקשר געווען צו בנו יבלחט"א מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואו ר' יצחק האט ווייטער מיטגעהאלטן אלע טישן בצל הקודש.
אין די לעצטערע תקופה איז ער שוואך געווען און איז געלעגן על ערש דוי אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק, ביז היינטיגן דינסטאג ווען ער האט ליידער מחזיר געוועהן נשמתו ליוצרה.
ער לאזט איבער נאך זיך זרע ברך ה', בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. זיין פלומעניק איז המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב און הגה"צ גאב"ד טשאבא שליט"א. מיט דריי חודשים צוריק איז נפטר געווארן זיין שוועסטער הרבנית הצדקנית מטשאבא ע"ה, אלמנת גאב"ד טשאבא זצ"ל בעל ברכת שלום.
די לוויה גייט ארויס מארגן מיטוואך פארמיטאג פון זיין שטוב רחוב שדרות אדמו"ר מויזניץ, און וועט אריבערגיין פארנט פונעם בית המדרש הגדול אין קרית וויזניץ אויפן וועג צום וויזניצער בית החיים אין שטאט.
ת.נ.צ.ב.ה.
Komentar