top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבה לטובת כולל שומרי החומות בבית הרה''ג ר' אהרן ישעי' ראזנער דומ''ץ סאמבאטעהלי לע''נ בנו האברך הרב יוסף ז''ל

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 24 שעות

מיטוואך פ' במדבר • א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דעם פארגאנגענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א באשיינט א באשיידענע מסיבה לטובת כולל שומרי החומות וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין איידעם הגה"צ ר' אהרן ישעי' ראזנער שליט"א דומ"ץ סאמבאטהעלי.


די מסיבה איז אפגעהאלטן געווארן אויפצומארגנס פונעם דינער השנתי לטובת כולל שומרי החומות אין שטאט וויליאמסבורג, וואס איז געוועהן געווידמעט לעילוי נשמתו פון האברך החשוב הרב יוסף ראזנער ז"ל, א זוהן פונעם סאמבאטהעלי דיין און א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א חבר נשיאות הכולל, וועלכע איז דעם ווינטער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו נאכן זיך מוטשענען א לענגערע צייט מיט די ביטערע מחלה ה"י.


למחרת פונעם דינער איז אפגעהאלטן געווארן די מסיבה אין שטוב פונעם סאמבאטהעלי דיין וואו דער הנהלת הכולל האט באותו מעמד מקדיש געוועהן איינע פון די סניפי הכולל לזכרו הטהור פון ר' יוסף ז"ל. עס איז דערביי געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר נדיבים בעם צו קויפן זכותים אין נעמען א חלק אין די החזקת התורה צו קענען אויסהאלטן די חשובע כולל לטובת נשמתו במרומים.


כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דברי הערכה און ארויסגעברענגט דעם דבר גדול פון די הנהלת הכולל מקדיש צו זיין א כולל לטובת נשמתו פון זיין חשובן אייניקל וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא. ביים ענדע האט דער רבי שליט"א אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נגידים און מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר יעדן באזונדער.


bottom of page