top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית צדיקים • געהויבענער שמחת החתונה בבית מכנובקא בעלזא - ראצפערט - מאקאווא

פרייטאג פ' כי תבוא - ט"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר - בחדרי חרדים


בשמחה וצהלה האבן חסידי מחנובקא בעלזא מיטגעהאלטן די שמחת הנישואין בבית צדיקים פון די חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א, בן לבנו הרה"צ ר' אהרן רוקח שליט"א אב"ד מכנובקא בעלזא אלעד, איידעם ביי הגה"צ אב"ד ראצפערט בראזיל, מיט די כלה אייניקל פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד בת לבנו הרה"צ ר' ישראל צבי לעמבערגער איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סערט ויזניץ ירושלים שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן אין בית מדרש הגדול מחנובקא בעלזא אין בני ברק.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד ראצפערט בראזיל, קריאת הכתובה די פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, די פעטער'ס מצד החתן האחים האדמורי"ם מדזיקוב מעליץ און טארנא, און הרה"צ רבי לייבוש טייטלבוים נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים שליט"א.


ביים סעודת החתונה איז מכובד געווארן מיטן בענטשן די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט''א. דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע האדמורי"ם מנדבורנא ירושלים - פיטסבורג - זוועהיל - סטריקוב - שומרי אמונים - זוטשקא - זוטשקא אמסנא - שאץ וויזניץ - טאלנא אשדוד - שאץ - ספינקא בני ברק - בערגסאז - דעעש ירושלים - סטראפקוב - קודינוב - גארליץ - טאלטשאווא - הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא - ראש ישיבת סאטמאר בני ברק - אב"ד וויזניץ אשדוד - אב"ד וויזניץ אלעד - אב"ד קרעטשניף - אב"ד קנה בושם טבריה - אב"ד פרדס כץ - אב"ד טשערנאביל אלעד אין נאך.

































































































































































コメント


bottom of page