top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 באזוכט אין נייעם גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע אין בארא פארק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 31 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בלום


פארלאפענעם וואך האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א באזוכט אינעם נייעם מאייעסטעטישן תלמוד תורה געביידע אויף די 41'סטע גאס אין די 15'טע עוועניו וואס איז אין די טעג גענצליך פארענדיגט געווארן במלוא יפיו ותפארתו, נאך די העפטיגע בוי ארבעט וואס איז אנגעגאנגען מיט בליץ-שנעלקייט די לעצטע אנדערט האלבן יאהר.

די רבי שליט''א איז ארומגעגאנגען אינעם זיבן שטאקיגער בנין אין באגלייטונג פונעם מנכ''ל המוסדות הרב יעקב יוסף שטיינמעץ אין די בויער פונעם בנין הנגיד ר' מענדל גוטמאן אין די ראשי ועסקני המוסדות וועלכע האבן צוגעוויזן די הערליכע ארבעט וואס איז אריינגעלייגט געווארן אויף יעדן שטאק באזונדער בדמים תרתי משמע.

נאכן באזוך אינעם בנין התלמוד תורה איז די רבי שליט''א אריבערגעגאנגען צו די נייעם בנין פון די כתה מכינה לישיבה ד'באבוב 45 אין איר געדינגענעם לאקאל אויף די 17'טע עוועניו וואו עס געפינט זיך אויך דער קאמערציעל קאך וואס וועט דינען די טויזנטער תלמידי המוסדות, די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די רחבות׳דיג פּלאַץ אין די פילע באקוועמליכקייטן וואס די הנהלת המוסדות האט אריינגעלייגט אין מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די חשובע עסקנים.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page