top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סיום סדר מועד בחבורת חזק ואמיץ געלערנט דורך די שובי״ם ומשגיחי כשרות אינעם בית השחיטה מיעל-מארט

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם מוצאי שבת פרשת שמות העל"ט איז פארגעקומען דער פייערליכער מעמד סיום סדר מועד פון חבורת חזק ואמיץ. חבורת חזק ואמיץ איז א מסגרת פון לימוד התורה והלכה פאר די שוחטים בודקים און משגיחים וואס זענען עוסק בעבודת הקודש צושטעלענדיג כשר'ע מהודר'דיגע פלייש ביי די מיעל מארט פירמע.


די חבורה איז געגרינדעט געווארן 8 יאר צוריק דורך דעם רב המכשיר הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, מיטן ציל מחזק צו זיין דעם קיום פון לימוד התורה "ובלכתך בדרך", בשעת די עוסקים בעבודת הקודש געפינען זיך אונטערוועגנס אין בתי השחיטה איבער די וועלט, ווי אויך צו באפעסטיגן א קשר רוחני צווישן די שוחטים און משגיחים דורך עסק התורה בשעתא חדא ובסוגיא חדא.


דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת שמות, אור ליום כ"ב טבת, פונקט צו די ניינטע יארצייט פון הרה"ח ר' אהרן וויינשטאק ז"ל גרינדער פון מיעל מארט האט מען מסיים געווען גאנץ סדר מועד פון ש"ס אין דעם מסגרת פון די חבורה חזק ואמיץ. לכבוד דעם איז מען זיך צוזאמענגעקומען אויף א סעודת מצוה לגמרה של תורה אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק, וואו ס'האבן זיך אנגעזען אלע חשובע שוחטים און משגיחים לומדים און משתתפים פון די חבורה. 


געעפענט דעם מעמד האט הרה"ג ר' יעקב יצחק יאקאבאוויטש שליט"א, יו"ר מערכת כשרות און ראש המשגיחים פון מיעל מארט. דער סיום פון מסכת חגיגה וסדר מועד איז פארגעקומען דורך א חשוב'ער מיטגליד פון משפחת וויינשטאק הנכבדה, הר"ר ישראל וויינשטאק נ"י פון די בעלי הפירמא, און תיכף דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט ריקודין של מצוה לכבודה של תורה.

דערנאך האט דער יושב ראש אויסגערופן הרב הגאון חכם אשר חשואל שליט"א, אב בית דין און רב הראשי פונעם ספרדי'שען בית דין בארצות הברית צו זאגן דברי חיזוק לכבוד דעם מעמד. נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק והתעוררות הגה"צ אבד"ק נירבאטור שליט"א, רב המכשיר פון מיעל מארט, וואס שוין איבער פערציג יאר כולם שוים לטובה, איז די רב שליט"א עומד לנס ולתהלה מיט די פארצווייגטע פעולת למען כשרות הבשר אין ארצות הברית אן מפשר זיין אויף קיין שום מסורה. דער רב האט ארויסגעברענגט דעם חשיבות פון דעם מעמד, דעם חשיבות פון לימוד התורה און דעם חשיבות פון שוחטים און משגיחים וואס זענען דער רוקנביין פון כשרות. דער רב האט מדגיש געווען ווי אזוי דער יסוד פון אידישקייט און קדושה איז תלוי אין נישט עסן מאכלות אסורות ח"ו, און ממילא דער זכות פון תורה און אידישקייט איז אלעס א דאנק ערליכע שוחטים און משגיחים. עקסטער האט דער רב שליט"א מדגיש געווען הני נשי במאי קא זכיין, אז די פרויען וואס העלפן צו די מענער אין שטוב, זיי האבן פונקט אזא חלק און זכות אין צושטעלן כשר פלייש פאר כלל ישראל. דער רב האט אויסגעפירט מיט א הודאה להשי"ת על העבר און א בקשה על העתיד ווייטער צו קענען מרבה זיין כשרות ביי כלל ישראל.


צום לעצט האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד דער לימינוב'ער רב שליט"א, וואס האט מיט זיין לשון למודים געהאלטן געשפאנט דעם ציבור ביז אין די שפעטע נאכט שעות.



תגובות


bottom of page