גדולי ישראל ומנהיגי קהלות הקודש מוחה געווען קעגן שרעקליכע חילול קברי ישראל אין שטאט 'יאהוד'
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' בהעלתך • י''ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינט איז ווידער אפגעהאלטן געווארן א שטורמישע עצרת מחאה אינעם שטאט יאהוד אין ארץ ישראל וואו א צאל גדולי ומאורי ישראל אדמור"ים ורבנים מפורסמים האבן זיך מטריח געווען און זענען ארויסגעקומען מוחה צו זיין כדת של תורה אויף די שוידערליכע חילול קברים ביים אור אלטן בית החיים אין שטאט.
ווי באריכטעט איז מיט גרויס ווייטאג אויפגענומען געווארן ביים יהדות החרדית די שווערע בשורה איבער די שרעקליכע ארבעט פון חילול קברי ישראל וואס ווערט פארגעזעצט אין די טעג דורך די ארכעאלאגן פון רשות העתיקות אין ראם פון די בוי ארבעט אויפצובויען א דירות פראיעקט אין שטאט 'יאהוד' אין ארץ ישראל. די רעדע פון א ריזיגן בוי פראיעקט פון הויכע דירה-געביידעס אין די שטאט 'יאהוד', ווען אין גאנג פון די ארבעט אויסצוגראדן דעם שטח איז אנטדעקט געווארן אויפ'ן פלאץ אן אור-אלטער בית החיים מיט צענדליגער קברי ישראל וועלכע ווערן געשאצט צו זיין פון די תקופת בית שני. נאכדעם וואס די עסקני אתרא קדישא האבן זיך געוואנדן צו די רעליגיעזע אייגנטימער פונעם שטח די "אאורה ישראל" פירמע און אויפגעפאדערט אכטונג צו געבן אויף די קברים און ארבעטן אויף א לעזונג אז די בוי ארבעט זאל קענען אנגיין אן צוצורירן צו די קברים רח"ל, האבן זיי זיך אנגעטראפן אין א הארטנעקיגע רשעות נישט אפצושוינען די קברים און דאס אויסרייסן פאר יעדן פרייז, דאס האט ווי פארשטענדליך צוגעפירט צו שטורמישע מחאות וואו מען האט טיילווייז באוויזן זיך צו אריינבאקומען אינעווייניג און אפשטעלן צייטווייליג די ארבעט.
אין די טעג איז פארשפרייט געווארן מודעות ברחובות קריה אז מרנן גדולי ישראל ומנהיגי קהלות הקודש שליט"א וועלן היינטיגן דינסטאג ארויסקומען צום מקום החילול בראש המחנה דעם קומענדיגן זונטאג מוחה זיין און אפהאלטן דעם שוד המתים. ארום 11 אזייגער פארמיטאג זענען ערשינען ביים מקום החילול מרנן גדולי ישראל שליט"א, ובראשם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א און הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב, אינאיינעם מיט טויזנטער אידן החרדים לדבר ה' וואס זענען ארויסגעקומען אין די מאסן צום מקום חילול קברי הקדמונים אויסצושרייען דעם ווייגעשריי פונעם יהדות הנאמנה קעגן די שרעקליכע חילול קברים.
אויפ'ן ארט איז געזאגט געווארן פרקי תהלים מיט גרויס התעוררות פארגעזאגט דורך הגה"ח ר' מיכאל אליעזר נייהויז משפיע דק"ק פינסק קארלין, און סליחות אבינו מלכינו דורך הרה"צ רבי ישעי' אשר פאנעט שליט"א חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א. דערנאך האט מען געהערט גאר שארפע דברי מחאה והתעוררות דורך הגאון רבי מאיר העללער מרא דאתרא קרית חסידים בית שמש, הגאון רבי מרדכי האלצמאן ר"מ בישיבת חכמת התורה, און המשפיע הגה"צ רבי שמשון רפאל ערלאנגער שליט"א, וועלכע וואס האבן פה אחד ארויסגעהויבן א שארפן קול מחאה קעגן די רשעים וואס ווילן אויסרייסן די אמונה אין השארת הנפש ותחיית המתים און פארשוועכן די כבוד המתים אויף א שרעקליכן אופן, און האבן אויפגעפאדערט פון די 'אאורה ישראל' פירמע, זיי זאלן אויפהערן דעם שוד המתים און נישט פארשוועכן מנוחת ישני עפר.
צום שלוס האט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארגעזאגט די הייליגע תפילה פון הגה"ק רבי חיים פאלגי זי"ע וואס האט ער מחבר געוועהן אויף גזירת חיטוטי שכבי, און דערביי פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים בקול חוצב להבות אש.
ווי שוין געמאלדן איז פאריגע וואך ערשינען א קול קורא דורך די שרי התורה חברי הבית דין צדק העדה החרדית, אז מ'זאל עס נישט פארשווייגן און טוהן וואס נאר מעגליך אפצושטעלן דעם חילול, און ארויסגיין בחרב ובחנית קעגן די ממשלת הרשעה.
















Comments