top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: האד' מספינקא וועט אריבערגיין אפעראציע מארגן מאנטאג אין מאנהעטן

  • Bechatzros admin
  • 28 בדצמ׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש

חסידי ספינקא זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אז דער רבי שליט"א איז ערווארטעט דורכצוגיין אן אפעראציע מארגן מאנטאג פארמיטאג.


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה אויף פארישידענע מיחושים און קאמפליקאציעס, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א געוויסע פראצעדור, וועט מען קענען גרינגער מאכן דעם רבינס מצב בס"ד, אז דער רבי זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבוה"ק בלי שום מיחוש וכאב.

די חסידים האבן אויפגענומען די בשורה מיט ערנסטקייט, און גרייטן זיך מרבה צו זיין בתפלה ותחנונים פאר'ן רבי'נס געזונט, מרן נפתלי צבי בן פערל, עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים. די אפעראציע איז באשטימט אויף 9:30 פארמיטאג אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, אין די נאכפאלגנדע טעג וועט זיך די רבי שליט"א ערהוילן פונעם אפעראציע, ביז'ן צוריקקומען צו די כוחות, און זיך דאן אומקערן אהיים למעון קדשו אין בארא פארק. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.



תגובות


bottom of page