עמטליכע אויפנאמע פון הרה"צ רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אלס רב אין נאסטאלגישע סיגוטער ביהמ"ד וומסב''ג
- steinbachmoishe2
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
פרייטאג פ' בשלח • י"ב שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אין די יעצטיגער טעג ארום די הילולא המאה פון הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע ביום ו' שבט, איז עמטליך אויפגענומען געווארן א רב ומורה דרך אין די נאסטאלגישע סיגוטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ה"ה פרי עץ חיים הרה"צ רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
דער סיגוטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג איז איינס פון די עלטסטע בתי מדרשים אין די שטאט, און איז שוין נתייסד געווארן קרוב צו אכציג יאר צוריק לשמו ולזכרו פונעם בעל הילולא זי"ע. אין די בראשית יארן האט דארט משמש געווען ברבנות דער לעצט פארבליבענער זון פונעם עצי חיים, הרה"ק בעל הברך משה מסאטמאר זי"ע, אין די שפעטערדיגע יארן ווען דער ברך משה האט זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק האט ער דארט ממנה געווען בנו הגדול יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, שפעטער האט דארט משמש געווען ברבנות דעם רבינס עלטסטער זון הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביז ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין די סאטמארער קהילה אין אנטווערפען, און מאז ועד עתה, דורכאויס די לעצטע צוואנציג יאר כולן שווים לטובה האט דעם רבינס צווייטער זון הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א געדינט אלס רב הביהמ"ד און געשטאנען אין שפיץ פונעם "כולל בוקר ברך משה" וואס איז נתייסד געווארן לשמו ולזכרו פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע זון פונעם בעל הילולא זי"ע.
אצינד ווען דער סיגוטער רב שליט"א איז אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין די אויפבליענדע שכונת ויואל משה אין קרית יואל, און טוט ווייטער באגלייטן די קהילה מריחוק מקום וועט בן אחיו הרה"צ רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א אנפירן פונדערנאנט, דאס ביהמ"ד במקומו.
טאקע אין די איצטיגע טעג האט מען אנגעהויבן מיט די פעולות נשגבות מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה און אויסצוברייטערן דעם ביהמ"ד פאר'ן הרחבת הדעת פון די פילצאליגע חשוב'ע מתפללים ולומדים וואס האבן זייער קביעות מקום לתורה ותפלה אויף דעם מקום קדוש.
אצינד לכבוד דעם געהויבענעם שבת הילולא, האט זיך ספעציעל אנגעזען א גרויסער ציבור במשך די תפילות שבת, צו פסוקי דזמרה ותפלת שחרית איז צוגעגאנגען דער רב הביהמ"ד הרה"צ רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער קידושא רבה ביי וועלכן מ'האט מקבל פנים געווען פני הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמר וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האט משמיע געווען מאמרותיו און דערציילט סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע.
ליל מוצש"ק, האט מען זיך פארזאמעלט מיטצוהאלטן דעם סעודת הילולא וסעודת מלוה מלכה, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן בראש המסובין די רבנים הגאוה"צ שליט"א רבני העיר ומרביצי תורה פון די קהלה אין שפיץ פונעם רב הביהמ"ד שליט"א, ובראשם הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמר וויליאמסבורג שליט"א.
אינצווישן די דרשות האט מען געהערט א הערליכע דרשה פונעם נייעם רב שליט"א, וועלכער האט בין הדברים ארומגערעדט בשבח המקום, ובפרט פון דעם שיינעם כולל בוקר וואס גייט אן לשם ולתפארת, און גערופן דעם ציבור זיך משתתף צו זיין ביד רחבה ורוח נדיבה.
מיטן סיום ששה סדרי משנה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און מיט "אמירת הקדיש" דער ראה"ק פון די קהלה הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו וועלכער איז נאך נתמנה געווארן אלס ראה"ק דורך הרה"ק הברך משה מסאטמר זי"ע.
דער סאטמאר-וויליאמסבורגער רב שליט"א האט דערנאך משמיע געווען מאמרותיו מיט סיפורים נפלאים פונעם בעל הילולא זי"ע, און ממשיך געווען מיט הערליכע דברי תורה, ארויסברענגענדיג בשבח המקום ובפרט פונעם כולל בוקר וואס פירט זיך ווייטער דורך זיין זון דער רב הביהמ"ד שליט"א און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.











תגובות