עלעגאנטע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא מיוחד פאר תומכי מפעל 'עמודי העולם' דק"ק סקווירא
- Bechatzros admin
- 24 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 24 במרץ
מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN
אן עלעגאנטע שמחת השבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש סקווירא, וואו עס זענען געלאדענט געווארן די גרעסערע תומכים און נדיבים פונעם מפעל 'עמודי העולם' אין ק"ק סקווירא וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו, לרגל די חתונה פון א איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א.
די שבע ברכות איז געוועהן געווידמעט פאר א שיינע צאל נגידי החסידות ובני משפחתם, וואס שטיצן חודשליך מיט סכומים אדירים די מפעל 'עמודי העולם', וואס איז געגרינדעט געווארן מיט איבער א יאהר צוריק אנהייב יאהר תשפ"ד מיטן ציהל צו דראסטיש העכערן און דאפלען די געהאלט פון די כולל אינגעלייט, וואס זענען זיך ממית באוהלה של תורה אינעם מרכז הכוללים אין שיכון סקווירא אויפצוהייבן די כבוד און די כתר התורה פאר די לומדי תורה.
די מעמד איז פארגעקומען אין די נייע שמחה זאל אינעם איבערגעבויעטן תלמוד תורה אין שיכון סקווירא, ווי בארימטע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, אנהייב מעמד האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, און דערויף האט געהערט ווערטער פון הרה"ח ר' שניאור זלמן ביסטאן הי"ו מחשובי המגידים אין סקווירא שטעטל.
דאן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פונעם סקווירא רבי'ן וואס האט באשיינט די שמחה פאר קרוב צו א שעה צייט, מען האט געזונגען פרייליכע ניגונים און בנוכחותו פונעם רבי'ן האט אויפגעטרעטן העסקן הדגול הרה"ח ר' יואל בראדי הי"ו מחברי וועד מפעל 'עמודי עולם' מיט א פאסיגע דרשה לכבוד הנאספים, שפעטער האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט דערציילט סיפורים ועובדות פון די בעלי ההילולא, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע חשיבות פון געבן צדקה להחזקת תורה.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד די שמחה, די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן לחיים, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.






























תגובות